שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס ווער איך איגנארירט?
התחזקות, שמחה, ראש ישיבה, בלבולים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א א זאך וואס שטערט מיך שוין א לאנגע צייט.


ראש השנה אין אומאן ווען מען גייט אריבער דעם ראש ישיבה שליט"א אנוואונטשן א גוט יאר, האב איך באמערקט אז א מענטש פאר מיר און א מענטש נאך מיר האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן א שמייכל, אבער מיר האט דער ראש ישיבה שליט"א אוועקגעקוקט און מיר כמעט איגנארירט; די זעלבע איז ווען עס קומט דאנערשטאג נאכט נאכ'ן שיעור, איך קום עפעס פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א, און פאר דעם מענטש פאר און נאך מיר געבט דער ראש ישיבה שליט"א פאר זיי עטליכע מינוט צייט, און פאר מיר געבט דער ראש ישיבה שליט"א קוים פינף סעקונדעס.


דער רבי זאגט אין ספר המדות אז ווען דער צדיק ווייזט פאר א מענטש אן "הארת פנים", א ליכטיגע פנים, איז עס א גוטע סימן, און פארקערט איז פארקערט.


אויך שטערט עס מיר פערזענליך, ווייל איך שפיר ווי מיין גאנצע רוחניות האלט זיך נאר אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א, דער ראש ישיבה שליט"א איז דער איינציגסטער וואס באהעפט מיר צום אייבערשטן, אבער פון די אנדערע זייט שפיר איך ווי דער ראש ישיבה שליט"א גלייכט מיר נישט, אדער האט עפעס קעגן מיר.


איך שעם זיך צו שרייבן מיין נאמען, איך וויל נישט מען זאל מיר אנקוקן ווי א קליין קינד, איך וויל נאר דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר זאגן ווי אזוי איך דארף דאס באטראכטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קלאפ זיך נישט אראפ פון קיינעם, און פון קיין שום זאך אויף דער וועלט. דער רבי האט דערציילט די שרעקעדיגע חלום וואס ער האט געהאט (חיי מוהר"ן, סימן צא) ווי אלע האבן אים אפגעלאזט, קיינער האט נישט געוואלט רעדן מיט אים, ער האט געדארפט אנטלויפן צו א צווייטע לאנד, און אויך אין יענע פרעמדע לאנד האט דער רבי געזען ווי ער דארף זיך באהאלטן, ער האט זיך באהאלטן אין וואלד. אזוי זיצנדיג אין וואלד קומט צו אים אן עלטערער איד און הויבט אים אן געבן מוסר: "היתכן, דו שעמסט זיך נישט? אזוי פירסטו זיך אויף?! שעמסט זיך נישט פון דיינע זיידעס, רבי נחמן הורודענקער און פון דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו? שעמסט זיך נישט פון תורת משה רבינו און פון די הייליגע אבות אברהם יצחק יעקב?! וואס מיינסטו, דו וועסט דען קענען בלייבן דא אין וואלד איינער אליין? דיין געלט וועט זיך ענדיגן און דו ביסט שוין שוואך; דער עלטערער איד האט נישט אויפגעהערט צו באזידלען דעם רבי'ן, ער האט געזאגט פארן רבי'ן: "דו וועסט פון דא אויך מוזן אנטלויפן, און דארט וואו דו וועסט אנטלויפן וועסטו אויך נישט האבן קיין מנוחה, דו וועסט זיך דארט אויך מוזן באהאלטן פון די גרויסע עבירות וואס דו האסט געטון", רופט זיך דער רבי אן און זאגט אים: "מֵאַחַר שֶׁהוּא כֵּן, שֶׁאֲנִי מְגֹרָשׁ כָּזֶה, יִהְיֶה לִי עוֹלָם הַבָּא", אויב איז יא אזוי, אז איך לייד אזויפיל - וועל איך כאטשיג האבן יענע וועלט, רופט זיך אן די נשמה און זאגט, דו מיינסט דו וועסט האבן יענע וועלט? "אֲפִילּוּ בְּגֵּיהִנּוֹם לֹא יִהְיֶה לְךָ מָקוֹם לְהִטָּמֵן שָׁם כִּי עָשִׂיתָ חֵטְא כָּזֶה", אפילו אין גיהנום וועסטו זיך מוזן פארשטעקן פאר אזעלכע הארבע עבירות, זאגט אים דער רבי: "לֶךְ לְךָ", גיי דיר אוועק, גיי דיר אוועק, "הָיִיתִי סוֹבֵר שֶׁתְּנַחֲמוּ אוֹתִי", איך האב געמיינט דו וועסט מיך טרייסטן, "וּתְדַבְּרוּ עַל לִבִּי", איך האב געקלערט דו וועסט רעדן צו מיין הארץ, "עַכְשָׁו אַתֶּם עוֹשִׂים לִי יִסּוּרִים לְכוּ לָכֶם", יעצט אז דו מאכסט מיר יסורים - גיי אוועק.


מוהרא"ש זאגט, דער רבי דערציילט אונז די חלום, דער רבי לערנט אונז מיט דעם אז מיר זאלן נישט ווערן צעבראכן פון קיינעם אויף דער וועלט, אפילו פון נשמות, אפילו פון מלאכים און אויך נישט פון צדיקים. אז מען האט חלישות הדעת דארף מען טון וואס שטייט ביי דוד המלך (שמואל א ל, ו): "וַיִּתְחַזֵּק דָּוִד בַּה' אֱלֹקָיו", דוד המלך האט זיך געשטארקט מיטן אייבערשטן, ווען דוד המלך'ס אייגענע מענטשן האבן אים געוואלט הרג'ענען; וואו האט ער געקענט אנטלויפן? איז ער געלאפן צום אייבערשטן.


זע מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, און בעט דעם אייבערשטן אסאך אויף שמחה, וועלן אלע שמייכלען צו דיר און אלע וועלן רעדן מיט דיר, מענטשן האבן ליב א פרייליכע מענטש, און מען קען נישט סובל זיין די בעלי מרה שחורה.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.