שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס האט מיין ווייב פארלוירן די חן?
שלום בית, לימוד התורה, תשובה, שמירת עינים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין א שטיק צייט וואס איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס מיין ווייב האט פארלוירן די חן אין מיינע אויגן, עס איז ממש נישטא קיין געפילן צווישן אונז. איך וויין יעדן טאג ביי התבודדות אז איך וויל אמת'דיג ליב האבן מיין ווייב, איך וויל האבן א גוטע שלום בית, אויפ'ן וועג ווי אזוי די צדיקים לערנען אונז, און ברוך ה' אז היינט האב איך באקומען מיין ענטפער אינעם 'מכתב יומי' פון דאנערשטאג אחרי קדושים, ו' אייר.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן נאך חיזוק און עצות אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, אז מען היט זיך נישט די אויגן - פארלירט מען די שלום בית; עס שטייט אין פסוק (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", אז מען קוקט ניאוף, מען איז מפקיר די אויגן - גייט די שכינה אוועק פונעם מענטש, און דאס איז די זאך וואס די ווייב פארלירט פלוצלונג די גאנצע חן; עס איז נישט די ווייב, זי איז נאר די שפיגעלע פונעם מאן.


טו תשובה און זיי זיך מקבל צו היטן די אויגן, וועט דיין ווייב צוריק באקומען איר חן אין דיינע אויגן. מוהרא"ש ברענגט בשם דער צדיק רבי מרדכי מלעכעוויטש זכותו יגן עלינו, עס שטייט (צפניה ג, כ): "בְּשׁוּבִי אֶת שְׁבוּתֵיכֶם, לְעֵינֵיכֶם", טייטשט ער, די ערשטע זאך ווען א מענטש וויל תשובה טון, זאל מען תשובה טון אויף וואס מען האט געזינדיגט מיט די אויגן, און די חן און ליבאשפט אין שטוב וועט ווערן שטערקער און בעסער; "כלה שעיניה יפות", א איד וואס די אויגן זענען אים ריין און שיין - איז דאס א סימן אז אלעס איז גוט (תענית כד.).


מאך זיך א שיעור אין משניות און גמרא, די תורה ברענגט חן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות עז:) אויפן פסוק (משלי ה, יט): "אַיֶּלֶת אֲהָבִים וְיַעֲלַת חֵן", און זיי מתפלל, בעט אז די שכינה זאל זיך צוריק קערן אין שטוב, וועט זיין חן.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.