תוכן השאלה
לכבוד הרה"ג רבי יואל ראטה שליט"א,
צום ערשט וויל איך זיך באדאנקען פאר אייערע דרשות מיט וואס איך בין זיך זייער מחיה, דאס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.
אויב איך מעג מעורר זיין, וויל איך אייך זאגן אז איר וואלט געדארפט שענער אויפנעמען פרעמדע מענטשן וואס קומען צו אייך. איך בין געווען די וואך ביי אייך אין שול אין קעמפ, און איר זענט בכלל נישט צוגעקומען צו מיר צו געבן שלום עליכם.
ליפא
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד ליפא נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך ווייס נישט ווער איר זענט, איך בעט דיר איבער אז דו ביסט געקומען צו מיר און איך האב דיר נישט געגעבן קיין שלום עליכם; געווענליך פרוביר איך יעדן צו געבן שלום עליכם, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, טו): "הֱוֵי מַקְדִּים בִּשְׁלוֹם כָּל אָדָם", מען זאל יעדן איינעם באגריסן, נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה אויף רבי יוחנן בן זכאי (ברכות יז.): "אָמְרוּ עָלָיו עַל רַבָּן יוֹחָנָן בֶּן זַכַּאי שֶׁא הִקְדִּימוֹ אָדָם שָׁלוֹם מֵעוֹלָם, וַאֲפִלּוּ נָכְרִי בְּשׁוּק", ער האט יעדן איינעם באגריסט אויפן גאס, אפילו א גוי.
וויסן זאלסטו אז מען דארף דן זיין לכף זכות יעדן איינעם; אסאך מאל קען פאסירן אז א מענטש גייט אויפן גאס, און איינער קומט אים אנטקעגן און גריסט אים, און דער אנדערע גריסט אים נישט צוריק, טראכט שוין יענער גלייך שלעכט: 'א חוצפה, איך גריס אים און ער גריסט מיר נישט צוריק', אבער באמת ווען מען פרעגט יענעם: "פארוואס האסטו אים נישט צוריק געגריסט", ענטפערט ער: "איך האב אים בכלל נישט געזען, ווייל מיין קאפ איז נישט דא פון אלע שוועריקייטן וואס גייט אריבער אויף מיר"; פון אינדרויסן קען אויסזען ווי א מענטש שמייכלט וכו', אבער באמת איז ער בכלל נישט רואיג וכו'.
דעס זעלבע זאג איך דיר; איך האלט יעצט פארן אנהייבן א נייע יאר - שנת תשע"ח הבא עלינו לטובה, איך דארף מסדר זיין די תלמוד תורה, מיידל סקול, ישיבה; איך דארף אנגרייטן מלמדים, טיטשערס, באס דרייווערס, ווער עס זאל קאכן פאר די קינדער, יעדעס קינד ווי אזוי מען קען אים ארויף ברענגען ער זאל מער שטייגן וכו', אויך דארף איך ענדיגן מיט די קעמפ, מען דארף באצאלן אלע בעלי חובות, נישט אלע עלטערן צאלן שכר לימוד; עס זענען דא עלטערן וואס מיינען אז שכר לימוד איז א נדבה זאך, מען לייגט עס די לעצטע זאך אויפן ליסט, און מען איז זייער מזלזל אין צאלן שכר לימוד, מען מיינט אז די חדר וועט זיך שוין אן עצה געבן, נאכדעם דארף איך ארום גיין אן א קאפ וואו איך קען שאפן געלט צו באצאלן אלע איינגעשטעלטע; איך דארף צו שטעלן א פלאץ פאר אלע בחורים און אברכים יוצאי ישיבה אין אומאן אויף ראש השנה וכו' וכו', ויותר ממה שכתבתי כתוב כאן; איז קען זיין אמאל אז איך לייג נישט צו קאפ צו זען אז א איד איז אריין געקומען אין שול און ווארט אויף מיר.
אגב דער הייליגער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר דברי תורה (חלק ו', סימן מז) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.) אז רבי יוחנן בן זכאי פלעגט באגריסן יעדן מענטש, אפילו א גוי; זאגט ער, אז היינט איז עס נישט שייך, ווייל אויב מיר וועלן זיך אפשטעלן שמועסן מיט יעדן מענטש, אפילו נאר אים צו באגריסן, וועלן מיר נישט אנקומען אין שול, עיי"ש.
ווען א מענטש קומט זיך דורך שמועסן זיינע ענינים, טראכט ער נישט 'אפשר זענען שוין היינט געקומען צענדליגער מענטשן פאר מיר, אפשר האט דער איד נאך נישט געגעסן, אפשר האט דער איד נאך נישט געהאט צייט צו רעדן איין ווארט מיט זיין ווייב און קינדער', ווייל דער מענטש האט א פראבלעם, און ער מיינט אז חוץ פון זיין פראבלעם איז גארנישט דא. דערפאר בעט איך דיר, זיי מיר דן לכף זכות, ווייל עס קומט נישט פון לייכטזיניקייט.
דער עיקר בעט איך דיר זייער, שטארק זיך, מאך דיר א שיעור אין משניות; ווען דו האסט אפאר איבעריגע מינוט, כאפ אריין נאך א פרק און נאך א פרק, דאס וועט דיר העלפן אז דו וועסט ריין ווערן פון אלע שלעכטע מעשים וואס דער יצר הרע ווארפט אנז אראפ.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.