שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס שפיר איך א טעם נאר אין משניות, נישט אין גמרא?
לימוד התורה, עקשנות, משניות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פארוואס איך שפיר נישט קיין טעם אין גמרא? איך קען זאגן משניות א גאנצע שעה אין א צו אן אפילו באמערקן עפעס וואס טוט זיך ארום מיר, ווען עס קומט אבער צו גמרא ווער איך זייער שנעל מיד און איך האב נישט נערווען.


איך לערן יעדן טאג דעם דף גמרא ברוך ה', אבער איך האב שוין אפאר מאל פרובירט צו מאכן א שיעור אין ש"ס און עס האט קיינמאל נישט אנגעהאלטן מער ווי א קורצע שטיק צייט. אפשר האט דער ראש ישיבה אן עצה פאר מיר?


א גרויסע יישר כח פאר די הערליכע שיעורים, לכבוד דעם האב איך שוין געענדיגט צען מאל משניות ברוך ה'.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קדושים, ב' דראש חודש אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען שפירט נישט גלייך א טעם ביים לערנען תורה; אין אנהויב קומט אן דאס לערנען שווער, אבער דער וואס לאזט נישט אפ די הייליגע תורה, ער לערנט אפילו אן קיין טעם, אן קיין געפיל - ביים סוף איז מען זוכה, מען הויבט אן שפירן א טעם און א זיסקייט, מען וויל שוין נישט אפלאזן דאס לערנען. אזוי ווי דער רבי האט אמאל געפרעגט איינעם (שיחות הר"ן, סימן יז): "מַדּוּעַ לֹא תִּלְמַד", פארוואס לערנסטו נישט? "מַה תַּפְסִיד בָּזֶה, הֲלֹא תְּקַבֵּל עוֹלָם הַבָּא עַל הַלִּמּוּד", אז דו וועסט לערנען וועסטו נישט דערלייגן, דו וועסט באקומען עולם הבא, "וְאֵין צָרִיךְ לוֹמַר, כְּשֶׁהַתּוֹרָה מַרְאָה אַהֲבָה לְאֶחָד, אָז אֵין רוֹצֶה כְּלָל עוֹלָם הַבָּא, רַק שֶׁרוֹצֶה אֶת הַתּוֹרָה בְּעַצְמָהּ", אפגערעדט ווען די תורה וועט זיך ארויסווייזן פאר דיר, זי וועט דיר ווייזן ליבשאפט - וועסטו שוין גארנישט וועלן, דו וועסט מער נישט דארפן קיין שכר, וועסט נאר וועלן נאך און נאך לערנען.


דאס זעלבע איז מיט פארשטיין לערנען, ביים אנהויב איז שווער צו פארשטיין, אבער ווער עס איז אן עקשן, ער לאזט נישט אפ דאס לערנען, ער לערנט אפילו אן פארשטיין - וועט ביים סוף זוכה זיין צו פארשטיין. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט, ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד (שבחי הר"ן, סימן ח) עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלֹא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלֹא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאֹד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט, "וְכֵן בְּלִמּוּד זוֹהַר וְכִתְבֵי הָאֲרִ"י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, הָיָה בּוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה עַד שֶׁזָּכָה לְהָבִין", ער האט אסאך געוויינט צום אייבערשטן ער זאל פארשטיין וואס ער לערנט ביז ער האט אלעס פארשטאנען, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.