תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך ווייס נישט וואס צו טון, איך הער נישט אויף צו פאלן, איך קען נישט עפענען מיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן, איך פיל אז איך בין גארנישט ווערד, איך שעם זיך זייער שטארק ווי אזוי איך זע אויס, איך באשולדיג מיך זייער שטארק, און איך ווייס אז איך בין טאקע שולדיג, אבער עס איז שרעקליך שווער זיך ארויסצוזען פון מיין מצב מיט אזעלכע געפילן.
ווען איך פרוביר צו טראכטן פון די גוטע זאכן וואס איך טו, אזוי ווי לערנען א בלאט גמרא אדער מעביר סדרה זיין, גלייב איך נישט עכט אז עס איז עפעס ווערד, וואס טו איך?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס זאל איך דיר זאגן טייערער ברודער, הארציגער חבר; דאס וואס דו גייסט אריבער - דאס גייען אלע אריבער, אלע שפירן דאס וואס דו שפירסט. דאס איז דאך אונזער עבודה אויף די וועלט, זיך צו שטארקן אויף די אלע מלחמות.
דער אייבערשטער האט באשאפן דעם מענטש ווייל ער וויל ארויסנעמען פון אים תענוגים און שעשועים וואס מען קען נישט האבן פון מלאכים. מלאכים האבן נישט קיין יצר הרע, זיי האבן נישט קיין דאגות פרנסה, זיי זענען א שטיק פייער, זיי זענען זייער הייליג; דאך האט דער אייבערשטער באשאפן דעם קליינעם מענטש'ל מיט א ברענעדיגע יצר הרע וואס ווארפט אים אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, דער אייבערשטער וויל זען ווי דער מענטש שטעלט זיך אויף און קומט נאכאמאל צוריק, ער פרובירט וואס ער קען.
דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ז): "כִּי מִי שֶׁיּוֹדֵעַ קְצָת בִּידִיעָתוֹ יִתְבָּרַךְ", ווער עס ווייסט אביסל וואס איז חשוב ביים אייבערשטן, "הוּא יוֹדֵעַ שֶׁעִקָּר הַתַּעֲנוּגִים וְהַשַּׁעֲשׁוּעִים שֶׁל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא רַק שֶׁאֲנַחְנוּ מֵעוֹלָם הַזֶּה הַשָּׁפָל נְגַדֵּל וּנְקַדֵּשׁ שְׁמוֹ יִתְבָּרַךְ", דער ווייסט אז דער עיקר תענוג ביים אייבערשטן איז ווען מיר אידן פון אזא נידריגע וועלט זאלן אים דינען, "וְזֶהוּ עִקָּר הַתַּעֲנוּגִים וְהַשַּׁעֲשׁוּעִים שֶׁל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דאס איז די גרעסטע תענוג און זיסקייט ביים אייבערשטן, אז מיר זאלן אים דינען; אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען (מוסף ליום כיפור): "וְאָבִיתָ תְהִלָּה מִגּוּשֵׁי עָפָר מִקְּרוּצֵי חֹמֶר", דער אייבערשטער ווערט געלויבט דורך שטיקער בלאטע וכו', "כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יֵשׁ לוֹ שְׂרָפִים וְחַיּוֹת וְאוֹפַנִּים וְעוֹלָמוֹת עֶלְיוֹנִים שֶׁהֵם עוֹבְדִים אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", דער אייבערשטער האט דאך ברענעדיגע מלאכים, מלאכים וואס הייסן חיות, מלאכים וואס הייסן וועגענער, אזויפיל וועלטן וואס דינען דעם אייבערשטן, "וְאַף עַל פִּי כֵן עִקָּר הַתַּעֲנוּג וְהַשַּׁעֲשׁוּעַ שֶׁלּוֹ כְּשֶׁעוֹלָה לְמַעְלָה הָעֲבוֹדָה שֶׁל עוֹלָם הַשָּׁפָל הַזֶּה", דאך האט דער אייבערשטער מער הנאה פון מיר וואס מיר זענען דא אין די וועלט.
טייערער ברודער זיי שטארק, לאז נישט אפ דיינע גוטע מעשים. דו שרייבסט: 'איך שפיר ווי איך בין גארנישט ווערד'; דאס דארף דיר נישט צעברעכן, ווייל אויב ביסטו טאקע גארנישט ווערד - איז דאך יעדע קלייניקייט וואס דו טוסט זייער חשוב ביים אייבערשטן, ווייל ווען א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה טוט עפעס גוטס - איז דאס זייער חשוב ביים אייבערשטן, אסאך מער פון די וואס זענען נישט אזוי ווייט.
דער צדיק קוקט אנדערש ווי מיר קוקן, דער צדיק זוכט אין יעדן איינעם דאס גוטס; ער טרעפט גוטס אין יעדן איינעם, אפילו אין די ערגסטע מענטשן. דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תחומין הלכה ו, אות ו): "אֲפִלּוּ אִם אֵין מוֹצְאִין בּוֹ כִּי אִם זְכוּת אֶחָד מִנִּי אֶלֶף", אפילו דער צדיק טרעפט נאר אינעם מענטש א טויזנטסט'ל, א פינטעלע גוטס, "וַאֲפִלּוּ אִם יֵשׁ בְּאוֹתוֹ הַמִּצְוָה וְהַזְּכוּת עַצְמוֹ רֻבּוֹ פְּסֹלֶת וְאֵין בּוֹ כִּי אִם אֵיזֶה נְקֻדָּה טוֹבוֹת אֶחָד מֵאֶלֶף בְּאוֹתוֹ זְכוּת עַצְמוֹ", און אפילו אין דעם פינטל אליינס, אין דעם טויזנטסט'ל גוטס וואס דער צדיק האט געטראפן, איז אויך אנגעפילט מיט שלעכטס - מאכט דער צדיק א גאנצע עסק פון דעם און דריידט איבער דעם מענטש ער זאל ווערן א גרויסער צדיק, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (שבת לב.): "אֲפִלּוּ אִם בְּאוֹתוֹ הַמַּלְאָךְ עַצְמוֹ תְּשַׁע מֵאוֹת תִּשְׁעִים וְתִשְׁעָה חֲלָקִים לְחוֹבָה וְאֶחָד לִזְכוּת, נִצּוֹל גַּם כֵּן", אפילו אינעם מלאך המליץ וואס איז נאר א טויזנטסט'ל, איז אויך דא אין אים אליינס ניין הונדערט ניין און ניינציג סברות צו זאגן שלעכטס אויפ'ן מענטש - ווערט דער מענטש געראטעוועט; זאגט רבי נתן (שם): "צַדִּיק כַּתָּמָר יִפְרָח (תהלים צב, יג)", דער צדיק ווערט אנגערופן תמר, תמר איז א לשון פון תמורה-אויפטוישן, דער צדיק טוישט אויף, ער מאכט פון שלעכט - גוט, ער דריידט איבער אלע מקטריגים - זיי זאלן ווערן מליצים.
חוץ פון דעם, איז דאס נישט אמת; דו ביסט יא ווערד, ביים אייבערשטן ביסטו זייער ווערד; דער אייבערשטער האט דיר זייער ליב, דער אייבערשטער ווארפט נישט קיינעם אוועק. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה יט, ד): "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה", דער אייבערשטער ווארפט קיינעם נישט אוועק, "אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל", ער נעמט אן יעדן איינעם, "הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה", די טירן זענען שטענדיג אפן.
איך בעט דיר זייער, האלט זיך אן אין די הייליגע תורה; עפן די הייליגע גמרא, די הייליגע גמרא וועט דיר ברענגען צו די גרעסטע און העכסטע פלאץ. קוק נישט אויף די שלעכטע מחשבות וואס דער סמ"ך מ"ם ברענגט אריין אין דיר, אז דיין תורה איז גארנישט ווערד; שקר וכזב! די תורה איז יא ווערד, יעדעס ווארט גמרא וואס מען לערנט איז ווערד. די קליפות ציטערן פון די תורה, בפרט פון גמרא, ווייל ווען א איד לערנט א בלאט גמרא פארברענט ער אלע קליפות (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד).
אז דו קענסט נישט עפענען דיין מויל צו רעדן צום אייבערשטן, זאלסטו פון דעם אליינס מאכן א תפילה און א געבעט, זאג: "רבונו של עולם, עפן מיר מיין מויל; איך וויל רעדן צו דיר, איך קען נישט רעדן צו דיר; העלף מיר אייבערשטער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל נישט טון קיין שלעכטע זאכן; וואס זאל איך טון, איך הער נישט אויף צו פאלן! וואס זאל איך טון, איך הער נישט אויף זינדיגן! איך זינדיג אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה וואס דאס פארדרייט מיר מיין מח מחשבה, עס מאכט מיר טראכטן אז איך בין שוין פארפאלן.
הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיך קענען שטארקן אויף מיינע נסיונות, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, מיט שמחה וועל איך זיך קענען מתגבר זיין אויף די נארישע יצר הרע"; אזוי זאלטסו בעטן, און אז דו קענסט נישט בעטן זאלסטו בעטן נאר אויף דעם פרט, אז דו זאלסט קענען רעדן צום איבערשטן.
איך האף אז די פאר ווערטער וועט דיר זיין פאר חיזוק, דו וועסט אנהייבן נאכאמאל פונדאסניי מיט שמחה דינען דעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.