תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב זייער הנאה פון די שיינע שיעורים, איר זאגט קלאר און אפן וואס מ'האט צו טון אין לעבן, און דאס איז מיר זייער מחזק אין לעבן.
איך האב געהערט ביי א דרשה ווי איר זאגט נאך פון זוהר הקדוש אז ווען מ'שניידט די בארד, שניידט מען די פרנסה. איך האב זיך צוגעוואוינט צו פליקן די בארד, וויל איך וויסן צי דאס גייט ארויף אויך אויף דעם.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ויקהל, כ"ב אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז כדאי דו זאלסט אריין קוקן אין די ווערטער פון דער הייליגער רבי נתן וואס זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב'): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פיאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פיאות אז ער איז א אידיש קינד, "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", דאס ערשטע זאך וואס ער טוט - אז ער נעמט אראפ זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אינעם בארד און פיאות; קוק נאך דארט מער באריכות.
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון גיין מיט בארד און פיאות; עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי'ן: "וואס האט א מענטש צו זארגן אז ער וועט ליגן מיט די פוס צום טיר (ווען ער וועט זיין א נפטר) מיט זיין בארד און פיאות"; עס איז דאך דא אויבן אין הימל אזויפיל עונשים קשים ומרים, דאך - זאגט דער רבי - אויב מען האט א בארד און פיאות דארף מען נישט זארגן ווייל דאס באגלייט און באשיצט דעם מענטש אויף יענע וועלט, און אויף די וועלט העלפט דאס אויך פאר'ן מענטש און מען איז זוכה דורכדעם צו פרנסה. די בארד ברענגט די שפע פאר'ן מענטש, אזוי ווי עס ווערט אנגערופן אין זוהר הקדוש: 'צִינוֹרוֹת עֶלְיוֹנִים' - רערן (פייפס) וואס דורך דעם קומט אראפ פון הימל פאר'ן מענטש אלע ברכות, און אז מען שניידט אדער מען פליקט די בארד, שניידט מען אפ אלע רערן (פייפס) פון פרנסה וואס דארף קומען צום מענטש.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.