תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן ווי אזוי זיך צו פירן, איך האב געהערט פון אנדערע פרויען אז זיי קויפן לעטעס, שאלאטן בלעטער, וואס איז נאכנישט געוואשן, אן א הכשר, ווייל עס קומט אויס אסאך ביליגער און זיי זאגן אז עס איז אויך פרישער. זיי שווענקען עס גוט אפ אונטער א שטארקע שטראם וואסער און דערנאך קוקן זיי מיט א שטארקע לעקטער צו זען אויב עס האט ווערים אדער שרצים.
וויל איך פרעגן אויב איך קען זיך פארלאזן אויף דעם, אדער זאל איך ווייטער קויפן נאר פון די אידישע פירמעס וואס האט א גוטע הכשר אז עס איז ריין פון ווערים.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
מען דארף זייער אכטונג געבן נישט נכשל צו ווערן אין עסן ווערים, אויב חס ושלום מען עסט איין פיצקעלע ווערים איז מען עובר אויף זעקס לאווין, און אסאך מאל זענען די ווערים די זעלבע קאליר ווי די גרינצייג, מען דארף זיך לערנען ווי אזוי דאס בודק צו זיין.
מען קען אליין בודק זיין ווערים נאר אויב מען ווייסט ווי אזוי; אויב מען ווייסט נישט ווי אזוי צו בודק זיין - איז ענדערש קויפן נאר וואס האט אן ערליכע הכשר.
אויך דארף מען קוקן וואס שטייט ביי די הכשר, אמאל איז דא גרויסע אותיות 'כשר' און אין קליין שטייט 'מען דארף דאס איבערקוקן, און איבערשווענקען'.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.