שאלה אין קורצן ענין
#1 - קען אמונה טאקע אויסהיילן גייסטישע פראבלעמען?
רפואה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע דרשות וואס זענען זייער מעודד און מחזק און איך פרוביר מקיים צו זיין וואס איך הער, די דרשות האבן געטוישט צום געבן דאס לעבן פון מיר און פון מיין מאן, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער די כוחות צו קענען משפיע זיין תורה און יראת שמים.


און יעצט צום ענין, שוין אסאך יארן האט מען מיר דיאגניזירט מיט א גייסטישע פראבלעם פון "בייפאלער", זייט דעמאלט בין איך אויף טאבלעטן און דאס האלט מיר סטאביל, אויך מיין מאן האט דעם זעלבן פראבלעם, אבער ער נעמט נישט אלעמאל זיינע טאבלעטן און דאס קען מאכן פראבלעמען.


למעשה בין איך באזארגט ווייל איך האב געהערט אז אויף די עלטערע יארן ארבעטן די טאבלעטן שוין נישט אזוי גוט, אויך הייבט מען יעצט אן צו מאכן די נאכגעמאכטע טאבלעטן וואס דאס ארבעט נישט אזוי גוט, און בכלל איז נישט געשמאק צו זיין אנגעוויזן אויף טאבלעטן.


איך האב פארשטאנען פון די דרשות אז ס'איז דא א וועג אראפצוגיין פון טאבלעטן מיט א שטארקע אמונה, אויב דאס איז טאקע מעגליך וואלט דאס געווען פאר מיר א געוואלדיגע ישועה, און דעריבער וויל איך וויסן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ערקלערן ווי אזוי מ'טוט דאס און אויב דאס העלפט טאקע.


נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען א מענטש לעבט מיט אמונה ווערט אים געשטארקט זיינע נערוון. אזוי אויך פארקערט, אויב א מענטש האט נישט קיין שטארקע אמונה, ער שפירט נישט דעם אייבערשטן, ער מיינט אז זאכן פאסירן סתם אזוי אן קיין חשבון, נאר דורך 'טבע', 'מקרה', 'מזל', - לעבט ער שטענדיג מיט פחדים, שלעכטע מחשבות און מען באשולדיגט זיך כסדר; פון דעם קומען אלע נערוון קראנקהייטן לא עלינו ולא עליכם און די איינציגסטע רפואה פאר דעם איז נאר "אמונה".


ראש השנה שנת תק"ע האט דער רבי אנגעהויבן זאגן תורה מיט ווערטער (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה", דער עיקר איז אמונה, "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", יעדער איינער דארף ארבעטן נאר אויף דעם - צוצוקומען צו אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות און ליידן דאס נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש, אלע סארט נערוון פראבלעמען און שלעכטע געדאנקען וכו' וכו' וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צוזאם צוליב דעם וואס זיי לעבן נישט מיט קיין שטארקע אמונה. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומען פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


שטארקט אייך מיט אמונה און א גאנצן טאג זאלט איר נאר זינגען ניגונים פון אמונה; היינט איז דא צו באקומען זייער שיינע סידיס'ס וואס ענטהאלטן ניגונים פון אמונה. מיר האבן ארויס געגעבן סידי'ס מיטן נאמען: 'טאנץ מיט אמונה', ווייל זייער אסאך מענטשן ליידן אויף שוואכע נערוון און דורך דעם וואס מען הערט נאכאמאל און נאכאמאל רעדן פונעם אייבערשטן ווערט מען אויסגעהיילט.


צינדט אן דעם סידי 'טאנץ מיט אמונה' ביי אייך אין שטוב; א גאנצן טאג זאלט איר טאנצן מיט די ניגונים פון אמונה ביז עס וועט ווערן איינגעבאקן אין אייך אז 'אלעס איז דער אייבערשטער'.


לעת עתה זאלט איר ווייטער נעמען די מעדעצינען; זארגט נישט וואס גייט זיין, עס איז א שאד צו דאגה'נען פאר שפעטער.


דער אייבערשטער זאל אייך שיקן א רפואה שלימה און אויך פאר אייער מאן; איר זאלט ביידע זיין געזונט און שטארק בתוך שאר חולי ישראל.