תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע הערליכע שיעורים און בריוון, סיי עס איז מיר זייער מחזק זיך אויפצוהייבן פון מיינע שוועריקייטן און סיי עס געבט מיר א קלארע וועג ווי אזוי צו גיין פאראויס.
איך האב געוואלט פרעגן, היות דער ראש ישיבה שרייבט אסאך וועגן זיין פרייליך שבת, מאכן לעבעדיג אין שטוב, און אזוי ווייטער, דאס האט מיר געברענגט אנצוהויבן בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם און ווען איך בעט אסאך דעם אייבערשטן האבן מיר טאקע א פרייליכע לעבעדיגע סעודה ברוך ה' און יעדער האט הנאה. אסאך מאל ווערט אזוי פרייליך ביי אונזער סעודה אז איך וויל טאנצן מיט די גאנצע משפחה, איך ווייס אבער נישט אויב עס פאסט און ס'איז אויסגעהאלטן צו טאנצן מיט די גאנצע משפחה אינאיינעם, וואס איז די ריכטיגע וועג אין דעם?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ואתחנן, ט' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת, איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "הַאַתָּה שָׂמֵחַ בְּשַׁבָּת", ביסט פרייליך שבת? האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.
בעיקר דארף מען זיין זייער פרייליך ביי די סעודה, ווייל די סעודות שבת זענען זייער הייליג. דער הייליגער זוהר זאגט (יתרו, פד.): "רַבִּי אַבָּא כַּד הֲוָה יָתִיב בִּסְעוּדָתָא דְשַׁבְּתָא הֲוָה חָדֵּי בְכָל חַד וְחַד", רבי אבא ווען ער איז געזיצן ביי די שבת'דיגע סעודה איז ער געווען זייער פרייליך; קוק אריין די שטיקל זוהר וואס מען פירט זיך צו זאגן ביי די סעודה, וואו עס ווערט דערציילט דאס גרויסקייט פון די דריי סעודות שבת, ווי אזוי די הייליגע צדיקים פלעגן עסן די שבת'דיגע סעודות; זיי זענען געזיצן ביי די סעודות מיט א מורא'דיגע פרייד, ווייל די סעודות שבת איז משפיע אמונה פאר זיך, פאר די שטוב און פאר די קינדער.
מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער באר מים חיים זכותו יגן עלינו איז געווען זייער פרייליך שבת, ער האט געטאנצן א גאנץ שבת; עס האט אויסגעזען ווי ער איז מיט א קאפ העכער פון דעם וואס ער איז געווען טאנצעדיג א גאנץ שבת, און אזוי פירן זיך אנשי שלומינו, מען טאנצט שבת.
נעם דיינע קינדער און טאנץ מיט זיי ביי די סעודה; קינדער האבן זייער ליב ווען מען טאנצט, קינדער האבן זייער ליב שמחה; אז מען ווייזט פאר די קינדער א פרייליכע תורה, א פרייליכע שבת, פרייליכע מצוות - וועלן זיי קיינמאל נישט אפלאזן די תורה.
איך האב געהערט פון אנשי שלומינו, דאס וואס דער רבי זאגט (עיין ליקוטי הלכות נפילת אפים, הלכה ד' אות ה): "עס האט א פנים אז מען קען נישט זיין פרייליך נאר אז מען מאכט זיך נאריש"; לכאורה, ווי איז שייך זיך נאריש מאכן? מיר דארפן זיך דאך פירן בדרך כבוד כדי מען זאל נישט רעדן אויף ברסלב, אז מיר וועלן זיך נאריש מאכן וועלן אלע זאגן וואס מען זאגט שוין וכו'; נאר דאס גייט ארויף אין שטוב מיט די קינדער, מען זאל זיך נאריש מאכן מיט די קינדער, זיך פרייליך מאכן, מאכן פרייליכע זאכן וואס קינדער האבן ליב.
אויך די שלום בית ווערט שענער און בעסער ווען עס הערשט שמחה אין שטוב; אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט טאנצן מיט דיינע קינדער בשעת דיין ווייב וועט זיצן אין די זייט, זי וועט קוועלן פון שמחה זעענדיג ווי דו טאנצט מיט די קינדער - דאס וועט מאכן מען זאל זיך איבער בעטן, מען זאל זיין בשלום ובשלוה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.