שאלה אין קורצן ענין
#1 - קען מען לערנען משניות פאר עטליכע נשמות אויפאמאל?
משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וכו' וואס זענען באמת מחיה נפשות, בפרט אין די היינטיגע דורות, חזקו ואמצו אין די הייליגע ארבעט.


מיין שאלה איז אז איך לערן משניות לעילוי נשמת פארשידענע ידידים און משפחה, זיידעס און באבעס, איז די שאלה אויב מ'קען לערנען פאר עטליכע נשמות אויף איין מאל, דהיינו איך זאג הרינו לומד לעילוי נשמת דעם און לעילוי נשמת יענעם, און אזוי ווייטער.


א גרויסן יישר כח נאכאמאל.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס לערנען משניות טוט פאר די נשמה; עס ווערט געברענגט (מדרש תלפיות אות אל"ף, סוף ענף "אפוד") אז אשר בן יעקב זיצט ביים טיר פון גיהנום און ווער עס האט געלערנט משניות, אדער מען לערנט פאר אים משניות לאזט ער נישט אריין אין גיהנום; דער חיד"א טייטשט מיט דעם דער פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', ווען 'אשר' זעט אז א מענטש האט געלערנט 'משנה', "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", געבט ער אים גן עדן; אזוי אויך נעמט משניות ארויס די נשמה פון אלע קליפות.


זייער גוט טוסטו אז דו לערנסט משניות פאר דיין נשמה; דו דערמאנסט מיר א מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט דערציילן. עס איז געווען א תלמיד היכל הקודש וואס פלעגט יעדן טאג זאגן ח"י פרקים משניות און דער משגיח פון ישיבה פלעגט אים כסדר פרעגן: "וואס, דו לערנסט משניות?" און כדאי צו באהאלטן זיין התקרבות אז מען זאל אים נישט ארויס ווארפן פון ישיבה וכו' פלעגט ער ענטפערן פאר'ן משגיח: "יא, איך לערן משניות. איך האב זיך אונטער גענומען צו לערנען משניות פאר א נשמה וכו'"; אזוי איז אריבער א שטיק צייט, אבער ווען דער משגיח האט געזען אז דער בחור לערנט משניות יעדע נאכט פאר גייט שלאפן שוין באלד א גאנצע יאר האט ער פארשטאנען אז עפעס שטימט נישט דא, האט ער געפרעגט דעם בחור: "זאג מיר דעם נאמען פון די נשמה פאר וועם דו לערנסט משניות", האט דער בחור געענטפערט: "פאר מיין אייגענע נשמה, איך וויל זיך מתקן זיין". ווען ער האט געזען אז דער משגיח פארשטייט נישט וואס ער זאגט, האט ער בחור געגעבן צו פארשטיין פאר'ן משגיח: "איך מוז שטארבן אז מען זאל מיר מתקן זיין? איך וויל שוין יעצט ארויס נעמען מיין נשמה פון שאול תחתית"... ווען דער משגיח האט געהערט די פשוט'ע אמת'ע ווערטער פון דעם בחור האט ער אים געלאזט ווייטער ממשיך זיין מיט זיין לימוד ח"י פרקים משניות.


זיי ווייטער ממשיך מיט'ן לערנען משניות; דאס וועט פאררעכטן סיי דיין נשמה און אזוי אויך די נשמות פון אלע דיינע זיידעס און באבעס וכו'. עס ווערט געברענגט פון צדיקים (עיין בספר קול סופר על ששה סדרי משנה, חלק ב) אז אפילו אויב מען איז נישט מזכיר די נעמען פון די זיידעס און באבעס ווערן זיי אלע פארראכטן ווען זייער קינד אדער אייניקל לערנט און טוט גוטע מעשים, עס ווערט נישט אראפגערעכנט פון קיינעם קיין חלק פון די שכר; אונזער מח איז באגרעניצט דערפאר פארשטייט מען דאס נישט, אבער אויבן אין הימל איז אלעס רוחניות, דארט נעמען אלע נשמות גלייך שכר פון די מצות און מעשים טובים וואס מען טוט פאר זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.