תוכן השאלה
לכבוד הראש ישיבה שליט"א,
איך האב געזען וואס ער האט געשריבן אז מען קען שוין אנהויבן מעביר סדרה צו זיין פרשת בראשית נאך פון פאר שמחת תורה. האב איך געוואלט וויסן דער מקור צו די הלכה.
מרדכי
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזהשי"ת
יום ד' פרשת וזאת הברכה-א, ז' תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק
לכבוד מרדכי נרו יאיר
איך האב דערהאלטן דיין בריוו.
דאס וואס דו פרעגסט מיר וואו איז דער מקור אז מען קען שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין פרשת בראשית פאר שמחת תורה; מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט יעדעס יאר מעורר זיין אלע תלמידי היכל הקודש אז מען זאל שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין זונטאג חול המועד סוכות, אזוי ווי דער מחבר פסק'נט (אורח חיים הלכות שבת, סימן רפה, סעיף ג): "מִיוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילָך נִקְרָא עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין מעביר סדרה זיין; אפילו מען האט נאך נישט אנגעהויבן ליינען פרשת בראשית.
מוהרא"ש פלעגט זאגן אז די סיבה פארוואס מענטשן זענען מזלזל אין דעם מצוה איז, ווייל מענטשן זוכן שלימות, מען וויל מקיים זיין די מצוה אזוי ווי דער הייליגער אריז"ל האט געזאגט, אז מען זאל מעביר סדרה זיין ערב שבת, און וויבאלד עס איז זייער שווער פאר רוב מענטשן מעביר סדרה זיין ערב שבת, בפרט ווינטער ווען דער זמן איז זייער פרי, דערפאר זענען מענטשן נישט מעביר סדרה, און מען איז מזלזל אין דעם.
אויף דעם איז די עצה צו טון אזוי ווי עס שטייט אין שלחן ערוך (שם) אז מען זאל אנהייבן פון זונטאג מעביר סדרה זיין, אזוי איז מען זוכה צו מקיים זיין די מצוה בשלימות, אזוי ווי די משנה ברורה (שם) ברענגט אראפ פון ספר מטה יהודה: "אִם הוּא קוֹרֵא מִתְּחִלַּת הַשָּׁבוּעַ וְהָלְאָה, הוּא גַם כֵּן בִּכְלָל מִצְוָה מִן הַמֻּבְחָר".
ר' נתן זאגט (ליקוטי הלכות תרומות ומעשרות, הלכה ג): דאס וואס מענטשן זענען זייער ווייט פונעם אייבערשטן, דאס קומט פון דעם וואס מענטשן ווילן שלימות, זיי ווילן דינען דעם אייבערשטן נאר אויב זיי קענען עס טון מיט אלע חומרות און אלע הידורים. ער געבט א משל, ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט ווי חשוב עס איז אויבן אין הימל ווען ער געבט א פרוטה לצדקה, וואסערע רעש דאס מאכט אויבן אין אלע עולמות, וואלט ער זיכער געגעבן כסדר פרוטות לצדקה. אזוי אויך, ווען א מענטש וואלט ווען געוואוסט וואס עס געשעהט אין הימל ווען ער לערנט א דף גמרא, וואסערע שמחה עס ווערט אין אלע עולמות עליונים, וואלט ער זיכער מקפיד געווען צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא. נאר די סיבה - זאגט ר' נתן – פארוואס מענטשן טוען דאס נישט איז, ווייל דער מענטש טראכט צו זיך 'וואס איז שוין איין פרוטה? וואס איז שוין איין דף גמרא? איך דארף טון אסאך אויף אמאל וכו', איך דארף טון די מצות מיטן גאנצע שלימות', און וויבאלד ער קען עס נישט טון בתכלית השלימות, טוט ער גארנישט, עיין שם.
דאס זעלבע איז מיט רעדן צום אייבערשטן. ווען א מענטש וואלט געוואוסט וואס עס געשעהט אין הימל ווען ער רעדט א ווארט צום אייבערשטן, וואלט ער גערעדט נאך א ווארט און נאך א ווארט צום אייבערשטן, נאר וויבאלד א מענטש מיינט אז ער דארף רעדן א גאנצע שעה אויף איין מאל, און ער קען נישט, טוט ער גארנישט.
מוהרא"ש פלעגט יעדע יאר זיך בעטן אז מען זאל שוין אנהייבן זונטאג חול המועד סוכות מעביר סדרה זיין פרשת בראשית שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, עס איז א לאנגע סדרה, און אז מען ענדיגט די ערשטע פרשה, וועט מען א גאנץ יאר מעביר סדרה זיין, און אז מען איז נישט מעביר סדרה די ערשטע וואך איז מען שוין די צווייטע וואך אויך נישט מעביר סדרה, און אזוי ווייטער. דערפאר בעט איך דיר זייער, זאלסט שוין במשך די וואך און קומענדיגע וואך ענדיגן פרשת וזאת הברכה, אז זונטאג חול המועד סוכות זאלסטו אנהייבן נאכאמאל חמשה חומשי תורה. ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט וואס מען איז זוכה דורך מעביר סדרה זיין, סיי די יראת שמים וואס מען באקומט דורכדעם, סיי די סגולה פון אריכות ימים און סיי פרנסה בריווח, וואלט יעדער איינער מקפיד געווען אויף די מצוה.
געדענק וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵך בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דער עיקר פון אידישקייט איז צו גיין בתמימות ופשיטות, אן קיין חכמות. און די אלע וואס האבן צום סוף אפגעלאזט זייער אידישקייט, איז געווען ווייל זיי זענען געגאנגען מיט חכמות.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.
א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.