שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך קען נישט אויפשטיין צייטליך אינדערפרי
מדות טובות

תוכן השאלה‎

לכבוד ראש הישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די גוטע עצות און הדרכות און חיזוק, וואס איך הער כסדר פונעם ראש ישיבה שליט"א.


איך האב געוואלט פרעגן א שאלה וואס באדערט מיר שוין א לענגערע צייט, און איך בין זיכער אז ס'איז דא נאך אסאך וואס ווילן הערן א עצה אויף דעם. ווי אזוי קען איך אויפשטיין צייטליך? איך מוטשע זיך שוין א לענגערע צייט, און איך קען נישט אויפשטיין אין צייט.


ווי ס'קוקט מיר אויס, בשעת ווען א מענטש שלאפט, פארלירט ער די בחירה (אדער שלאפט די בחירה אויך...), און ווען מען שטייט אויף שפעט, פארשלאפט מען נאכדעם דעם גאנצן טאג, דעם דאווענען וכו'.


וואס איז די עצה זיך נישט צו טרעפן נאכאמאל ליגן א שעה צייט אין בעט ביז'ן אויפשטיין און אראפ גיין פון בעט?


א גרויסן ישר כח.


אהרן

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזהשי"ת


יום א' פרשת וזאת הברכה-ב, י"א תשרי, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד אהרן נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא זייער א גוטע סגולה פאר אלע וואס קענען נישט אויפשטיין צייטליך, מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט דאס כסדר אין 'אשר בנחל' פאר בחורים און אינגעלייט וואס קענען נישט אויפשטיין צייטליך, און זיי שלאפן אריין ביז טיף אינמיטן טאג אריין; די סגולה איז "גיין שלאפן צייטליך". די סגולה קאסט נישט גיין געלט, די סגולה איז נישט עפעס וואס איך פארנאר דיר, און דער סגולה איז בדוק ומנוסה - אז מען לייגט זיך שלאפן צייטליך שטייט מען אויף צייטליך, אבער אז מען איז אויף ביז שפעט אויף דער נאכט שטייט מען אויף שפעט, דאס איז זייער פשוט צו פארשטיין.


געווענליך האבן בחורים זייער ליב אויף צו זיין שפעט אויף דער נאכט, מען פארברענגט די צייט, מען זיצט און מען פלוישט שעות אויף שעות מיט דברים של מה בכך, נאכדעם גייט מען שלאפן מידערהייט אן קיין קריאת שמע און אן קיין נעגל וואסער, מען פאלט אריין אין בעט אן יראת שמים. דער יצר הרע ארבעט זייער שטארק אז מען זאל האבן אזא פארדרייטע סדר היום ווייל אזוי האט ער שוין נאכדעם צוגרינד געלייגט דעם גאנצן טאג. א וואוילער בחור מאכט זיך א סדר, ער גייט שלאפן פרי, און ער ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ - מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", ווער עס ליינט קריאת שמע פאר ער לייגט זיך שלאפן, גייען אלע מזיקים אוועק פון אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות ח:) אז רבא האט געזאגט פאר זיינע קינדער: "אַל תֵּשְׁבוּ עַל מִטַּת אֲרַמִּית", איר זאלט נישט שלאפן אין א גוי'שע בעט, עס איז דא אפאר פשטים וואס דאס מיינט, דער ערשטער פשט איז "לֹא תִּגְנוּ בְּלֹא קְרִיאַת שְׁמַע", ער האט זיי געזאגט זיי זאלן נישט גיין שלאפן אן קריאת שמע; זעט מען פון דעם ווי חשוב עס איז ווען מען ליינט קריאת שמע פאר מען לייגט זיך שלאפן.


א ערליכער בחור גרייט ער זיך אן נעגל וואסער, וואס דאס איז אן עיקר אין קדושה, און ווער עס וויל זיין הייליג און ריין דארף זייער מקפיד זיין אויף נעגל וואסער, נישט אראפ צו גיין פון בעט אן דעם וואס מען גיסט זיך אפ נעגל וואסער. און אז מען לייגט זיך שלאפן ווי אן ערליכער איד שטייט מען אויף ווי אן ערליכער איד. דאס איז די בעסטע סגלה וואס איך קען דיר געבן אויפצושטיין צייטליך.


וועסטו מיר אודאי צוריק שרייבן א בריוו אז דו דארפסט אן עצה צו גיין שלאפן פרי, א עצה נישט צו בטל'נען קיין צייט, א עצה נישט צו פארברענען די נעכט; די עצה אויף דעם איז, צו בעטן אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם. מיין נישט אז אויף אזעלכע קלייניקייטן דארף מען נישט דאווענען און בעטן, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפילה, סימן לז): "עַל כָּל הַדְּבָרִים, הֵן עַל דָּבָר גָּדוֹל הֵן עַל דָּבָר קָטָן, תִּתְפַּלֵּל", אויף יעדע זאך, סיי אויף א גרויסע זאך סיי אויף א קליינע זאך, זאלסטו מתפלל זיין צום אייבערשטן; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס תפילה איז, און ווי שטארק תפילה איז, בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מיר לייגן צייטליך יעדע נאכט, איך זאל ליינען קריאת שמע פאר איך גיי שלאפן, העלף מיר איך זאל מיך אנגרייטן נעגל וואסער, אזוי וועל איך זיין אן ערליכער איד, און איך וועל קענען אויפשטיין צייטליך, און גיין דאווענען אין שול מיט מנין. הייליגער באשעפער, יעדע נאכט ווער איך אזוי פויל, איך דריי מיר אהער און אהין, איך פארברען די נאכט מיט נארישקייטן, נאכדעם פאל איך אריין אין בעט אן קריאת שמע און אן נעגל וואסער, העלף מיר אייבערשטער איך זאל מיך קענען צאמנעמען צו גיין שלאפן צייטליך, מיט יראת שמים", אויב דו וועסט בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, וועסטו זען אז דו וועסט אנהייבן צו לעבן מיט ישוב הדעת, דו וועסט אויסנוצן די צייט, און גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי.


ועל כולם זע צו זאגן יעדן טאג אפאר פרקים משניות, ווייל משניות רייניגט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער א מענטש זאגט משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן. משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע, מִשְׁנָה איז די ראשי תיבות פון (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון אלע פראבלעמען וואו דער מענטש איז נעבעך אריין געפאלן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.