תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם א יישר כח פאר'ן אוועקגעבן פון אייער טייערע צייט צו ענטפערן מיינע שאלות. איך האב געוואלט פרעגן עטליכע שאלות איבער לימוד משניות.
א. אזוי ווי ס'איז באקאנט די סגולה פון זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג, עס הרג'ט דעם יצר הרע און שלעפט ארויס דעם מענטש פון זיינע שלעכטע מעשים, מוהרא"ש שרייבט (אשר בנחל, חלק מ"ו, ח'רפ"א) אז דאס וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן י"ט) אז מ'זאל לערנען יעדן טאג "כך וכך", דאס גייט ארויף אויף ח"י פרקים משניות, וויל איך וויסן צי דאס מיינט דוקא אז מ'מוז יעדן טאג באזונדער זאגן ח"י פרקים, און עס ענדיגן פאר ס'ווערט נאכט, אדער מיינט דאס בכלליות אז מ'זאל ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה יעדן חודש? איך פארשטיי אז משניות האט סגולות סיי וויפיל און וויאזוי מען זאגט עס, איך וויל נאר וויסן לגבי דעם ענין פון ח"י פרקים א טאג.
ב. ווען מ'זאגט ח"י פרקים משניות יעדן טאג, ענדיגט מען משניות אין 29 טעג, וואס לערנט מען אינעם דרייסיגסטן טאג פון א חודש וואס האט דרייסיג טעג?
ג. תשעה באב וכדומה, ווען מ'טאר נישט לערנען צוליב אבילות, מעג מען זאגן ח"י פרקים משניות? ובפרט איינער וואס איז געוואוינט דאס צו זאגן יעדן טאג? אויך וויל איך וויסן צי מ'מעג דעמאלט לערנען דעם רבינ'ס ספרים, אפשר גייט עס אריין אין כלל פון ספרי מוסר וואס די פוסקים זענען דן איבער דעם אז מ'מעג דאס אפשר לערנען אום תשעה באב.
ד. איך ארבעט אויף א פלאץ וואו עס דרייען זיך דארט נישט צניעות'דיגע און נישט אידישע פרויען, ובפרט אין די זומער, מעג מען דארט זאגן משניות, אדער תהלים און נ"ך וכדומה? און די זעלבע אויך ווען מ'ווארט אויף א באס אויפ'ן גאס וכדומה נעבן נישט צניעות'דיגע פרויען, מעג מען דארטן לערנען?
איך האף אז איר וועט מיר דאס אלעס קענען קלאר שטעלן. א גרויסן יישר כח, עקיבא
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד עקיבא נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר ר' נתן זכרונו לברכה ער זאל יעדן טאג זאגן "ח"י פרקים משניות", אויך האט דער רבי געזאגט פאר עטליכע פון אנשי שלומינו זיי זאלן זאגן יעדן טאג "ח"י פרקים משניות" (עיין שיחות הר"ן סימן קפה). אזוי אויך האט דער הייליגער טשערנאבלער מגיד זכותו יגן עלינו געהייסן מען זאל יעדן טאג זאגן "ח"י פרקים משניות" אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין זיין ספר ליקוטי תורה (הדרכה ו): "תֹּאמַר "ח"י פרקים משניות" בְּלִי פֵּירוּשׁ בְּכָל יוֹם, כְּדַי שֶׁתִּגְמוֹר בְּכָל חוֹדֶשׁ כָּל הַשִּׁשָּׁה סְדָרִים; כֵּן תִּנְהַג כָּל יְמֵי חַיֶּיךָ", אויך ווערט געברענגט פונעם הייליגן מהר"ם פאפירש (אור צדיקים סימן כב, אות יא): "טוֹב לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת בְּכָל יוֹם, וְאִם אֶפְשַׁר שֶׁיַּשְׁלִים חַ"י פְּרָקִים בְּכָל יוֹם, נֶגֶד חַ"י עוֹלָמוֹת מַה טוֹב וּמַה נָעִים", עס איז זייער גוט מען זאל יעדן טאג לערנען אכצן פרקים משניות, "יְהִי חֶלְקִי עִמּוֹ", איך וויל האבן א חלק מיט זיי, "כִּי הוּא תִּיקוּן גָּדוֹל לִפְגַם הַבְּרִית, סוֹד אֵל חַי", ווייל מיטן זאגן אכצן פרקים משניות איז מען מתקן וואס מען האט פוגם געווען אין די חטא פון פגם הברית, "וְיֶשׁ לָהֶם גַּם כֵּן סְגוּלָה לַהֲרוֹג הַיֵּצֶר הָרָע", אויך האט דאס א סגולה צו הרג'נען דעם יצר הרע, "גַּם סְגוּלָה לְהַמְשִׁיך נְשָׁמָה, שֶׁהִיא אוֹתִיּוֹת מִשְׁנָה", אויך האט דאס א סגולה צו ברענגען א ריינע נשמה אויפן מענטש.
דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אפילו א מענטש וואס איז אריין געפאלן אין עבירות רחמנא לצלן; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, יהי' מה שיהי', וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיין פלאנטער און ער וועט ווערן אן ערליכער איד"; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דער שיחה גייט ארויף אויף "ח"י פרקים משניות". אפילו איינער איז נעבעך אריין געפאלן אין שמוציגע מעשים, אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו זאגן יעדן טאג: "ח"י פרקים משניות", וועט אים די תורה ארויס נעמען פון זיינע נישט גוטע מעשים.
עס איז נישט שווער צו זאגן "ח"י פרקים משניות" יעדן טאג, מען קען דאס איינטיילן דורכן טאג אויף דריי טיילן: זעקס פרקים אינדערפרי, זעקס פרקים נאכמיטאג און זעקס פרקים ביינאכט. עס דארף נישט געזאגט ווערן דוקא בייטאג וכו', נאר ווען מען האט אביסל צייט בייטאג אדער ביינאכט זאל מען אריין כאפן נאך א פרק משניות און נאך א פרק משניות ביז מען וועט אנקומען צו: "ח"י פרקים משניות".
מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג בארימען: "ווי אזוי זעט מען אויף א אינגערמאן צי ער איז א תלמיד "היכל הקודש?" אויב ער דרייט זיך מיט א קליינע משניות'ל אין טאש, און ווען ער האט אפאר איבעריגע מינוט, כאפט ער אריין נאך א פרק און נאך א פרק - דאס איז א סימן פון א תלמיד 'היכל הקודש'".
אז מען זאגט יעדן טאג "ח"י פרקים משניות" איז מען זוכה מסיים צו זיין יעדן איינציגן חודש גאנץ "ששה סדרי משנה". אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, ווייל די ווערטער פון די תורה רייניגט דעם מענטש, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "אָמַר רָבָא, לְעוֹלָם לִיגְרִיס אִינִישׁ וְאַף עַל גַּב דִמְשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר", א מענטש זאל לערנען די הייליגע תורה אפילו ער פארגעסט וואס ער לערנט, און אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, נאך זאגן די הייליגע חכמים (שבת סג.): "לִיגְמֹר אִינִישׁ וְהָדַר לִיסְבֹּר", קודם דארף מען אסאך זאגן די ווערטער, און נאכדעם קומט מען שוין צו פארשטיין.
אסאך תלמידי היכל הקודש לערנען משניות מיטן חודש. דאס הייסט, זיי הייבן אן יעדן ראש חודש נאכאמאל ששה סדרי משנה; א' לחודש זאגט מען גאנץ מסכת ברכות, גאנץ מסכת פאה און די ערשטע פרק פון דמאי, ב' לחודש גייט מען ווייטער מיט מסכת דמאי, גאנץ מסכת כלאים און די ערשטע דריי פרקים פון שביעית, און אזוי ווייטער ביז מען איז מסיים יעדן חודש גאנץ ששה סדרי משנה, און ווען מען האלט ביי א חודש וואס האט דרייסיג טעג מאכן זיי זיך א באזונדערע שיעור אין משניות, דאס לערנען זיי יעדע חודש מלא דעם דרייסיגסטן טאג.
עס זענען דא תלמידי היכל הקודש וואס גייען נישט ממש אויפן טאג פונעם חודש, נאר גייען אויף זייער אייגענע סדר; יעדן טאג זאגט מען "ח"י פרקים משניות" - יעדער איינער וואו ער האלט, מען קוקט נישט אויף נעכטן און מען טראכט נישט פונעם מארגן, נאר מען לעבט מיטן היינטיגן טאג - יעדן טאג פראבירט מען אריין צו כאפן אביסל תורה; יעדער מענטש האט זיך זיין וועג ווי ער איז מער מצליח, דעריבער איז נישט כדאי צו קוקן אויף א צווייטן.
בנוגע צי מען קען זאגן ח"י פרקים משניות אום תשעה באב; תשעה באב טאר מען נישט לערנען, אזוי ווערט גע'פסק'עט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן תקנד, סעיף א) ווייל תורה מאכט פרייליך דעם מענטש, און תשעה באב איז א טאג וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש, אבער די פוסקים זאגן (עיין נטעי גבריאל סימן עה, סעיף קטן יט) אז נאכמיטאג קען מען לערנען שיעורם כסדרן; דער וואס לערנט יעדן טאג זיינע שיעורים קיבועים, מקרא, משנה, גמרא וכו' וכו', מעג עס לערנען תשעה באב נאכמיטאג.
אז מען רעדט שוין פון לערנען משניות תשעה באב, איז כדאי צו דערמאנען וואס דער הייליגער בני יששכר זאגט (חודש תמוז אב - מאמרי חדשי תמוז אב, מאמר ב): "סַך כָּל הַשָּׁעוֹת מִן הכ"ב יָמִים הֵם תקכ"ח", די שעות פון די דריי וואכן איז סך הכל פינף הונדערט אכט און צוואנציג, "עַל כֵּן יֶשׁ בַּמִּשְׁנָיוֹת תקכ"ח פְּרָקִים מִנְיַן מַפְתֵּ"חַ", דערפאר איז דא אין ששה סדרי משנה פינף הונדערט אכט און צוואנציג פרקים, "כְּמִנְיַן מַפְתֵּחַ הַגְּאֻלָּה", ווייל דאס איז דער שליסל מיר זאלן דורכדעם ארויס גיין פון גלות, וואס דאס איז אנטקעגן די פינף הונדערט אכט און צוואנציג שעה פון די דריי וואכן וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין הַגָּלֻיּוֹת מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת הַמִּשְׁנָיוֹת", משיח וועט קומען נאר אינעם זכות פון די וואס לערנען משניות, "וּכְשֶׁמְדַבְּרִין וְשׁוֹנִין בְּמוֹ פִינוּ הַתּוֹרָה שֶׁבְּעַל פֶּה, אֲזַי נִפְתַּח הַסָּתוּם", ווען מען חזר'ט משניות וועט געעפנט ווערן די פארמאכטקייט פון אונזער גלות, אזוי ווי עס שטייט (הושע ח, י): "'גַּם כִּי יִתְנוּ בַגּוֹיִם עַתָּה אֲקַבְּצֵם', לָשׁוֹן מַתְנִיתִין", יתנו איז א לשון פון משניות, אז מען וועט לערנען משניות אין גלות, "עַתָּה אֲקַבְּצֵם", וועט אונז דער אייבערשטער אויסלייזן; זעט מען דאס גרויסקייט פון לערנען משניות, בפרט יעצט אין די טעג וואס מיר טרויערן אויפן חורבן בית המקדש, און דאס וועט ברענגען די גאולה.
בנוגע צי מען מעג לערנען ווען מען ווארט אויף א באס וכו'; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית י:): "שְׁנֵי תַּלְמִידֵי חֲכָמִים שֶׁמְהַלְּכִים בַּדֶּרֶך, וְאֵין בֵּינֵיהֶן דִּבְרֵי תּוֹרָה, רְאוּיִין לִישָׂרֵף", ווען מען איז אונטערוועגנס און מען לערנט נישט איז מען ראוי פארברענט צו ווערן; ווען א מענטש איז אונטערוועגנס, אויפן טרעין אדער אויפן באס, אויב האט ער נישט מיט זיך א ספר; א משניות, א חומש, אדער א תהילים וכדומה, וועט ער פארברענט ווערן פון דעם יצר הרע. נישט נאר מען מעג לערנען אונטערוועגנס, נאר אן דעם איז נישט מעגליך צו בלייבן א איד, בפרט זוממער ווען מען פארט מיט די שטאטישע באסעס, טרעינס וכדומה לזה, אויב נעמט מען נישט מיט א ספר מיט זיך ווערט מען פארברענט, נישט איין מאל נאר יעדע סקונדע. אזוי אויך ווען מען ארבעט אין א פלאץ מיט גוים וכו' און מען וויל ניצול ווערן פונעם יצר הרע, מען האט נסיונות וכו', זאל מען אנטלויפן צו די תורה, אזוי וועט מען געראטעוועט ווערן פון אלעם שלעכטס.
דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן שוין אויסגעלייזט ווערן פון דעם ביטערן גלות.