תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
אונזער דאקטער וויל אז מיר זאלן מאכן א יערליכע "פיזיקל וויזיט", איינמאל א יאר זיך אונטערזוכן אויב אלעס איז אין ארדענונג, מיר ווילן פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א אויב עס איז ריכטיג דאס צו מאכן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
...
עס ווענדט זיך וואס די פראגע איז, אויב די שאלה איז 'אויב מען מעג', איז דער ענטפער מען מעג, אויב די שאלה איז 'אויב מען זאל דאס טון', איז דער ענטפער עס פעלט נישט אויס.
דער עיקר זאלן ענק געדענקען וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות. "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", און אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִּׂמְחָה הִיא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אפילו די דאקטוירים זענען מודה אז שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.