תוכן השאלה
Thank you so much for your letter! It gives me tremendous chizuk and I will continue to Daven. I did try talking to my husband numerous times and told him I can't take it anymore. When he sees I'm serious about leaving, he promises he will change but it doesn't last for more than a few days and he is back to his old ways. Some nights I just cry from pain and it doesn't touch him one bit. He threatens that if I don't stop crying he will throw me out the window or put tape on my mouth so the neighbors won't hear. He says he is not interested in hearing what's bothering me. Then he calms down the next day and promises change but nothing is long lasting. I begged him that I want to make it work but I need to feel like I have who to work with. He says that I just don't understand where he is coming from (his father doesn't act much different) and he wants to feel like I love him unconditionally no matter how he acts because his parents never did. How is it possible to love such a person? To the outside world he is a nice person and when we come In public he acts like an amazing husband. They say that women have a power to turn things around. In this particular situation how can I do so? After so many empty promises, at what point do I draw the line?
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזהשי"ת
יום ד' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשע"ז לפ"ק
לכבוד מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב, און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; וויסן זאלסטו אז פרויען האבן זייער גרויסע כוחות אין זיך, וואס זיי קענען דאס נוצן אויפצושטעלן זייער שטוב און אליין חרוב מאכן זייער שטוב; די פראבלעם איז אז די פרויען ווייסן נישט זייערע כוחות.
א פרוי מיט שכל ווארט אפ איר מאן מיט א שמייכל; זי שרייט נישט אויף אים, נאר פארקערט - זי הייבט אויף זיין מוט און זי געבט אים גוטע ווערטער. בפרט ווען דער מאן מוטשעט זיך מיט פרנסה און ארבעט שווער, ווארט זי אים אפ מיט א שמייכל ווען ער קומט אהיים אפגעמוטשעט, אזוי ווי די ערליכע פרויען האבן געטון אין מצרים, די הייליגע חכמים דערציילן אז די אידן אין מצרים האבן געארבעט זייער שווער און זיי האבן נישט געהאט קיין כח פאר גארנישט, זיי האבן בכלל נישט געוואלט אהיים קומען, און ווער רעדט נאך פון האבן קינדער וכו' וכו', זייער קאפ איז געווען אויסגעברענט פון ארבעטן אזוי שווער, זיי זענען געווען שמוציג פון די פעלד ארבעט וכו' וכו', וואס האבן געטון די פרויען - די נשים צדקניות? זיי זענען ארויס אין פעלד צו זייערע מענער, זיי האבן מיטגעברענגט וואסער, און יעדע פרוי האט אפגעוואשן איר מאן, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז בשעת זיי זענען געגאנגען שעפן וואסער איז אריין געשווימען קליינע פיש אין זייער קריגל, און דאס האבן זיי געגעבן פאר זייערע מענער, און יעדע פרוי האט גערעדט שיין צו איר מאן מיט ליבשאפט, און זיך שיין געמאכט פאר אים וכו', ביז דער מאן האט באקומען א שטארקע ליבשאפט צו זיין ווייב, אזוי זענען זיי געווען צוזאמען וכו' וכו', און אזוי איז ארויסגעקומען כלל ישראל. זעט מען די כח פון אידישע פרויען וואס אין זייער זכות איז מען ארויס פון מצרים, און אין זייער זכות וועט משיח קומען.
ווען דער מאן זעט ווי זיין ווייב איז גוט צו אים, זי שמייכלט צו אים און זי ווייזט אים ליבשאפט, וועט ער צוריק ווייזן ליבשאפט, און ער וועט טון אלעס פאר זיין ווייב. דער פראבלעם איז אז יעדער ווארט אז דער צווייטער זאל קודם אנהייבן צו ווייזן ליבשאפט, יעדער ווארט צו זען ווער עס הייבט אן קודם צו געבן גוטע ווערטער - אפילו מען איז נאך פארווייטאגט וכו', די ווייב ווארט אז דער מאן זאל אנהייבן רעדן שיין צו איר, זי טראכט 'אויב מיין מאן וועט רעדן שיין צו מיר, און ער וועט מיר איבערבעטן, דעמאלט וועל איך אים געבן ליבשאפט'; באמת איז זי גערעכט, ווייל אזוי וואלט טאקע געדארפט זיין, אז דער מאן זאל זיין דער וואס בעט איבער און מאכט פרייליך זיין ווייב. און דאס זעלבע איז פארקערט, דער מאן ווארט אז זיין ווייב זאל אים ווייזן ליבשאפט, ער טראכט 'אויב איך וועל אהיים קומען און מיין ווייב וועט זיין שיין אנגעטון, און מיך אפווארטן אזוי ווי שנה ראשונה, מיט א שמייכל וכו' וועל איך זיין גוט צו איר', למעשה שטעלט זיך אויס אז ביידע ווארטן און ווארטן, און דערווייל גייט אריבער כמה וכמה שנים וואס מען לעבט אפ א לעבן מיט שנאה איינער צום אנדערן.
ווען די פרוי וואלט באמת געוואלט האבן א גוט לעבן, וואלט זי אינוועסטירט אביסלע; זי וואלט ארויס געגאנגען פון איר וועג, און מיט איר חכמה איבערגעדרייט איר מאן.
חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תמיד לב:) אז דער גרויסער קיסר אלכסנדר מוקדן איז אמאל אנגעקומען צו א שטאט פון פרויען, און ער האט געוואלט מלחמה האלטן מיט זיי, און זיי האבן מיט זייערע חכמה אים איבערגעבעטן, זיי האבן אים געמאכט א שיינע קבלת פנים, און אים געברענגט שטיקער גאלד, אפילו די ברויט איז געווען פון גאלד, און דאס האט גורם געווען אז ער האט זיי אפגעלאזט און נישט מלחמה געהאלטן מיט זיי; ווען ער איז אוועק געגאנגען פון דארט, האט ער געהייסן אויף שרייבן אויפן טויער פון שטאט: "אַנָא אֶלִכְּסַנְדְרוּס מוֹקְדוֹן הֲוֵיתִי שַׁטְיָא, עַד דְאִתֵיתִי לִמְדִינַת אֲפְרִיקִי דִנְּשַׁיָא, וִיְּלִּיפַת עֵצָה מִן נְשַׁיָא", איך אלכסנדר מוקדן בין געווען א שוטה ביז איך האב געטראפן די קלוגע פרויען, און זיך געלערנט פון זיי ווי אזוי צו זיין קלוג"; זעט מען פון דעם, אז אויב מען האט סבלנות, און מען איז גרייט צו ארבעטן, און אויס ווארטן, קען מען איבער דרייען אפילו דעם שטערקסטן מענטש.
דערפאר זאלסטו זיך אנשטרענגען צו מחזק זיין דיין מאן און אים ווייזן ליבשאפט, און דו וועסט זען ווי אזוי ער וועט דיר צוריק ווייזן ליבשאפט; שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", ווען מען קוקט אריין אין וואסער מיט א שמייכלדיגע פנים זעט מען צוריק א שמייכל, און ווען מען קוקט אריין מיט א ברוגז'דיגע פנים זעט מען צוריק א ברוגז פנים; אזוי איז דער מאן מיט זיין ווייב - ווי אזוי מען פירט זיך אויף צו יענעם, אזוי פירט מען זיך צוריק מיט דיר.
איך שרייב דיר א קליינע תפילה וואס דו זאלסט בעטן ביי הדלקת הנרות: "רבונו של עולם, איך בעט דיך זייער, העלף מיר, און געב מיר קינדער וואס וועלן זיין ערליכע אידן און נאר טון דיין ווילן, געב מיר קינדער וואס וועלן לערנען, קינדער וואס וועלן דאווענען און זיך פירן ערליך. רבונו של עולם, העלף מיר אז איך זאל זיין פרייליך און איך זאל האבן א פרייליכע שבת. העלף מיר אז מיין מאן זאל זיין גוט צו מיר און איך זאל זיין גוט צו אים, מיר זאלן זיך ליב האבן, און מיר זאלן איינעם דעם צווייטן מכבד זיין. הייליגער באשעפער קוק צו מיין צעבראכענע הארץ, איך וויל א ערליכער מאן, מיין מאן זאל רעדן שיין צו מיר, און ער זאל האבן א געפיל צו מיר. ער זאל גיין אין שול דריי מאל א טאג דאווענען, און ער זאל לערנען די הייליגע תורה, הייליגער באשעפער, העלף מיר אז איך זאל מצליח זיין בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, און בפרט דער הייליגער רבי - רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, און רבינו אליעזר שלמה בן מלכה זכותו יגן עלינו, אמן". און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, ווייל תפילות וואס מען זאגט אויף די אייגענע שפראך, און תפילות וואס מען בעט פאר זאכן וואס טוט וויי, איז זייער חשוב אויבן אין הימל.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.