תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין נישט קיין ברסלב'ער חסיד, אבער עס איז דא א אינגערמאן ביי אונז אין בית המדרש וואס ברענגט יעדע וואך די קונטרסים פונעם ראש ישיבה שליט"א, איך ליין עס יעדע וואך מיט דארשט, און איך באקום ברוך ה' אסאך חיזוק פון דעם, און אויף דעם מוז איך זיך זייער באדאנקען.
איך האב זיך אויסגעלערנט צו רעדן צום אייבערשטן אויף מיין מאמע לשון, די גרויסקייט פון לערנען תורה אפילו אן פארשטיין, די וויכטיגקייט און הארבקייט פון שמירת הברית, און נאך פילע גוטע זאכן אין לעבן.
איך האב א זאך וואס שטערט מיר שטארק, און איך וויל פרעגן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם, אפשר וועט דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען העלפן.
אין אונזער חסידות איז דא א קלארע מהלך אויף יעדע זאך, פונקטליך וואס און ווי אזוי מען דארף טון יעדע זאך. ביי אונז פירט מען זיך אז די פרויען שערן זיך אפ די האר אינגאנצן נאך די חתונה, און לויט ווי איך פארשטיי פון די בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, האלט דער ראש ישיבה שליט"א אז דאס איז די ריכטיגע וואג צו טון. די פראבלעם איז אבער אז מיר שטערט עס זייער שטארק, איך עקל זיך אפילו פון דעם. איך האלט שוין א שיינע פאר יאר נאך די חתונה, אבער עס שטערט מיר נאכאלץ זייער שטארק.
איך האב פרובירט צו רעדן מיט מיין ווייב וועגן דעם, זי איז מסכים מיט מיר אז עס איז נישט שיין, אז עס שטערט מיר, און אביסל שטערט עס איר אויך. זי ציטערט אבער צו טוישן דעם וועג, בעיקר צוליב איר משפחה, אז זי זאל נישט זיין אנדערש פון יעדן.
איך מיין אבער, אז שלום בית, אז דער מאן זאל זיין צופרידן, איז וויכטיגער פון משפחה און פון די מנהג און מסורה. זי איז אבער נישט מסכים צו דעם.
מיר קריגן זיך אסאך וועג דעם, און דאס איז זיכער נישט גוט, איז די שאלה וואס קען מען טון וועגן דעם?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן די האר, עס ברענגט אלע ישועות; צדיקים האבן גע'פועל'ט ישועות, קינדער, געזונט און פרנסה - בזכות וואס די פרוי שערט זיך אפ די האר.
מוהרא"ש האט דערציילט, א פרוי איז געקומען וויינען צום נאסעדער רב זכותו יגן עלינו אז זי האט שוין חתונה געהאט אזויפיל יאר, און זי איז נאכאלץ נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער, פרעגט דער צדיק: "און וואס איז מיט די האר?" האט זי געזאגט: "רבי עס איז מיר א גרויסע נסיון, עס איז מיר זייער שווער צו אפשערן די האר". ווען דער צדיק האט דאס געהערט האט ער שוין גארנישט געזאגט, די פרוי איז דארט געבליבן שטיין און געוויינט: "איך דארף א אינגל", אבער דער צדיק האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, אזוי איז געווען אפאר מאל, ביז דער גבאי זאגט איר: "וואס פארשטייט איר נישט, דער רבי האט דאך אייך געזאגט אז איר וועט זיך אפשערן וועט איר האבן א אינגל", איז זי ארויס און זי איז זיך געגאנגען אפשערן, און זי איז געהאלפן געווארן ביז א יאר מיט א זיסע צוקערדיגע אינגל.
די פרוי האט געטראכט צו זיך, 'יעצט אז איך האב שוין א קינד, וואס דארף איך יעצט פאלגן דעם צדיק, איך וועל זיך צוריק לאזן וואקסן מיינע האר', אזוי האט זי געטון, זי האט זיך אויפגעהערט שערן, ביז איין טאג איז דער אינגל קראנק געווארן. זי איז געקומען לויפן צום צדיק וויינען: "רבי מיין איינציג קינד איז קראנק, איך דארף א ישועה", דער רבי זאגט איר: "וואס איז מיט דיר? דו מיינסט איך ווייס נישט אז דו שערסט זיך מער נישט?" בקיצור המעשה, עס ענדיגט זיך נישט גוט.
מוהרא"ש פירט אויס, זי האט נישט געקענט ביישטיין די נסיון, זי האט געוואלט איר האר וויכטיגער פון די קינדער, זי האט פארלוירן דעם קינד.
ענדערש זאלסטו נישט קוקן אויף אן אפגעשוירענעם קאפ ווי איידער לאזן וואקסן האר וואס ברענגט קליפות און דינים, אזוי ווי דער דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁהּ לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָא', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁהּ לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיך געפינען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.
איך האף דו וועסט מחזק זיין דיין ווייב זיך ווייטער אפצושערן, וועסטו זען ניסים אין לעבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.