מכתב יומי

ו אלול תשע"ז

August 28 2017

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


אזוי ווי מיר הייבן אן קומענדיגע וואך פרשת כי תבוא א נייע יאר אין תלמוד תורה, און אזוי אויך הייבן מיר אן א נייע יאר אין סקול מיט די מיידלעך, וויל איך דיר שרייבן אפאר ווערטער וואס וועט זיכער זיין א טובה פאר דיר און פאר דיינע קינדער.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן מוסדות וואו מען לערנט מיט די קינדער אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געלערנט, די מלמדים און טיטשערס געבן זייער אכטונג נישט צו צעקלאפן קיין איין קינד; אפילו ווען א קינד טוט אן עוולה חס ושלום, געבט מען אויך אכטונג אים נישט משפיל צו זיין, אודאי קנס'עט מען אויב דאס קינד האט זיך נישט אויפגעפירט אזוי ווי עס דארף צו זיין וכו', אבער מען איז נישט משפיל קיין קינדער און מען פארשעמט נישט קיין קינדער. ווער רעדט נאך פון שלאגן - דאס איז ברוך השם בבל יראה ובבל ימצא ביי אונז אין תלמוד תורה און אין מיידל סקול.


וויסן זאלסטו אז אויב מען וויל מצליח זיין מיט די קינדער דארפן די עלטערן מיט די מוסד ארבעטן צוזאמען; עלטערן טארן נישט אוועק מאכן די מלמדים אדער די טיטשערס - דאס איז א' ב' פון חינוך; און די מלמדים און טיטשערס טארן נישט אוועק מאכן די עלטערן וכו'. אויב די עלטערן רעדן צו זייערע קינדער אנטקעגן זייערע מלמדים און טיטשערס, זענען זיי גורם אז די קינדער זאלן נישט וועלן מקבל זיין וואס מען לערנט וכו', און די קינדער ווערן צעמישט און נאכדעם פאלן זיי אוועק ה' ירחם.


איך וועל דיר פארציילן א מעשה וואס איך האב געהערט לעצטנס פון א מלמד; דער מלמד האט א פראגראם ביי זיך אין קלאס, אז ער טיילט טיקעטס פאר די קינדער ווען זיי פירן זיך אויף מיט דרך ארץ, ווען זיי דאווענען בקול און ווען זיי לערנען פלייסיג וכו'; און ווען די קינדער האבן שוין אסאך טיקעטס קויפט זיי דער מלמד א מתנה - יעדער לפי וויפיל זיי האבן אריינגעלייגט כוחות צו זיין וואויל. מיט די טיקעטס ציט ער אן די קינדער אז זיי זאלן שיין דאווענען וכו' וכו', אז עס מאכט זיך אמאל א קינד וואס פירט זיך נישט אויף מיט דרך ארץ, וואס טוט דער מלמד? ער נעמט צו פונעם קינד אפאר טיקעטס, יעדעס מאל לויט ווי ער פארשטייט.


פארציילט מיר דער מלמד, אז איינמאל האט ער געהייסן א קינד זאל צוריק ברענגען פינף טיקעטס, ווייל ער האט געשטערט די כתה ביים דאווענען וכו', דער קינד קומט צוריק צו זיין מלמד מיט אלע טיקעטס, און זאגט פארן מלמד: "מיין טאטע האט געזאגט אז איך זאל צוריק געבן אלע טיקעטס פאר דער רבי, און ער וועט מיר שוין קויפן א מתנה", דער מלמד האט זיך נישט פארלוירן, ער האט געזאגט פארן קינד: "איך האב דיר געבעטן אז דו זאלסט מיר צוריק ברענגען נאר פינף טיקעטס, געב מיר צוריק נאר פינף, און די איבריגע טיקעטס נעם צוריק".


וואס האט דער טאטע דא געטון? ער איז אויסגעמוטשעט נאך א טאג ארבעט, און ער האט נישט קיין כח צו הערן וויינען, האט ער נישט געטראכט וואס ער טוט, און געזאגט פארן קינד: "עס איז גארנישט, געב צוריק אלע טיקעטס פאר דיין רבי, און איך וועל דיר שוין קויפן א מתנה", ער האט טאקע איינגעשטילט דאס געוויין פון זיין קינד, אבער וואס האט דא פאסירט? דער קינד וואקסט אויף מיט עזות און מיט חוצפה, דער קינד קען מען שוין נישט מחנך זיין, ווייל ער ווייסט אז אויב מען וועט אים עפעס קנס'ענען, וועט ער גיין וויינען צו זיין טאטע מאמע; ווער דערלייגט דא ביי דעם שפיל? נישט דער מלמד, ווייל דער מלמד גייט גארנישט האבן מיטן קינד, ווען די יאר ענדיגט זיך גייט דער קינד צום צווייטן מלמד, נאר די עלטערן - זיי דערלייגן, זיי גייען זיך זען נאך אפאר יאר מיט א קינד אן עזות פנים וואס ער וועט זיך חוצפה'נען צו זיינע עלטערן, און דעמאלט וועט שוין זיין זייער שפעט.


דערפאר, אויב מען וויל מצליח זיין מיט די קינדער דארף מען ארבעטן צוזאמען מיט די מוסד; אויב דער מוסד פארלאנגט א געוויסע זאך, טאר מען עס נישט אוועק מאכן און חוזק מאכן, ווייל די קינדער ווערן צעמישט און נאכדעם פאלן זיי אוועק.


איך וויל זיך אביסל אויסשמועסן מיט די עלטערן פון דעם מוסד; געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן שוין די חדר אכט, יאר און די מיידל סקול זיבן יאר, עס איז מיר נישט גרינג צו פירן דעם מוסד, יעדן טאג איז א נס אז עס גייט ווייטער אן, וואס עס באדערט מיר יא, אז ווען איך מאך געוויסע תקנות אינעם מוסד ווייל איך וויל אז איר זאלט האבן נחת און איר זאלט האבן ערליכע דורות, און אלעס וואס איך פיר איין אינעם מוסד איז סאך הכל אז איר זאלט שעפן נחת ווען די קינדער ווערן עלטער וכו', פארוואס דארף איך צוריק הערן ווי געוויסע עלטערן לאכן זיך אונטער פון וואס מען בעט; למשל, איך האב געבעטן די עלטערן אז א מיידל פון דריי יאר און העכער טאר נישט גיין קיין שטריפ, נאר פון דריי יאר און העכער דארף מען גיין מיט טייץ - סיי אין סקול און סיי דא אין קעמפ, פארוואס זאל איך הערן ווי עלטערן וואס קומען דא אין קעמפ און ווילן באלאנגען צו דעם פלאץ זאלן דאס אוועק מאכן און זאגן: "דער ראש ישיבה ווייסט נישט וואס ער רעדט", "קיינער גייט נישט היינט אזוי", "מען מעג יא גיין מיט שטרימפ"; איך וויל פארשטיין, פארוואס קומט א מענטש דא צו דעם פלאץ, צו דעם מוסד, צו דעם קעמפ, ווען ער וויל נישט טון וואס מען בעט, און ער האלט אז ער פארשטייט בעסער? אויב מען האלט אז מען פארשטייט בעסער, פארוואס זאלסטו נישט זוכן א פלאץ וואס שטימט מיט דיינע דיעות?


נאך א ביישפיל, איך האב געבעטן אז די פרויען זאלן נישט גיין שווימען נאר מיט א שווים קלייד; איך ווייס אז איבעראל שווימען די פרויען נישט מיט קיין שווים קלייד, מיט דעם אלעם וויל איך אויף שטעלן א פלאץ מיט קדושה וטהרה, אזוי ווי די הייליגע צדיקים האבן אונז געלערנט; געלויבט דעם אייבערשטן אז כמעט אלע פאלגן און ווילן טון וואס מען לערנט דא ביי אונז, אבער פארוואס דארף איך הערן אז עס איז דא פרויען וואס פארשטייען אז עס פעלט נישט אויס א שווים קלייד, און זוכן ווי אזוי מען קען עס אויסשפילן, און זאגן: "מען קיין יוצא זיין מיט א טישערט", אדרבה, אז דו פארשטייסט בעסער – געזונטערהייט, פארוואס קומסטו אויף א פלאץ אז דו ווילסט נישט פאלגן וואס מען זאגט?


מיר האבן איינגעפירט אין סקול דאס יאר אז די מיידלעך וואס גייען שוין אין היי סקול וועלן נישט גיין מער מיט קיין "יוניפארם"; איך ווייס אז עס איז שווער פאר עלטערן, עס איז אסאך גרינגער ווען מען דארף נישט גיין איינקויפן נייע קליידער, און מען דארף זיך נישט קריגן יעדן אינדערפרי - די קלייד, יענע קלייד וכו', איך ווייס אז עס איז גרינגער ווען מען האט איין סארט קלייד און שלום על ישראל - דאס גייט מען און שוין. אבער אזוי ווי מיר האבן פארשטאנען אז עס איז מער אויסגעהאלטן פאר די עלטערע מיידלעך אז זיי זאלן קומען אנגעטון מיט געהעריגע קליידער אזוי ווי זיי וועלן אם ירצה ה' גיין זייער גאנץ לעבן, און אזוי קען מען זיי מחנך זיין וואס צניעות איז וכו', בעט איך דיר זייער שטארק, אויב דו ווילסט ארבעטן מיט אונז איז גוט, אז נישט, נעם ארויס דיינע קינדער, און זוך פאר זיי א מוסד וואס פירט זיך אזוי ווי דו פארשטייסט.


ר' נתן איז אמאל געגאנגען צום רבי'נס ציון און ר' נחמן טולטשינער האט אים באגלייט, אויפן וועג צום ציון האט זיך צעריסן די רעקל פון ר' נחמן טולטשינער, האט אים ר' נתן געזאגט: גיי פארעכט דיר דיין רעקל, ווייל דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קכז) אז מען דארף אכטונג געבן אויף די בגדים, אז זיי זאלן נישט זיין צעריסן", אבער ר' נחמן טולטשינער האט זייער שטארק געוואלט זען ווי ר' נתן גייט צום ציון, איז ער ווייטער מיטגעגאנגען מיט ר' נתן, האט אים ר' נתן געזאגט: "פארוואס קומסטו צו א רבי'ן, אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן"?


דערפאר, אז מיר הייבן אן א נייע יאר וויל איך דיר בעטן, אדער נעמסטו אן וואס מיר זאגן, ווי אזוי איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וועסטו מצליח זיין, אויב דו פארשטייסט בעסער פון מיר, בעט איך דיר זייער, לאמיר זיך נישט קריגן, גיי דיר לחיים ולשלום, זוך א מוסד וואס איז מחנך די קינדער אזוי ווי דו פארשטייסט, ונראה מה יהיו חלומותיך.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב, שֶׁאָמַר, אוֹי וַאֲבוֹי! כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים, וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס ער האט געזאגט: "גיוואלד! די וועלט איז פיל מיט ליכט, און פיל מיט וואונדערליכע סודות, און דער קליינע הענט פארשטעלט אלעס". האט מוהרא"ש שטענדיג געזאגט אז דאס גייט ארויף ווען איינער קומט צום רבי'ן, און הערט הערליכע עצות ווי אזוי מען לעבט, און ווי אזוי מען קען זיך דערהאלטן  - סיי מיט זיך אליין, סיי מיט פרנסה, סיי מיט א ווייב, און סיי מיט קינדער, און מיט וואס נישט וכו' וכו', דער רבי האט דאך עצות אויף טריט און שריט, אבער געוואלד! די קליינע הענט פארשטעלט אלעס; דאס גייט ארויף אויף א 'לץ' וואס טרעפט דעם מענטש ווען ער ווערט מקורב, און ער פרעגט אים: "וואו דרייסטו זיך? און ווען יענער ענטפערט אים אז ער האט געטראפן א ליכטיג ווינקל, מאכט דער לץ מיט די הענט אזא תנועה פון ביטול; אויף דעם האט דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "געוואלד". און אויף דעם דארף מען טאקע שרייען: געוואלד!


ר' נתן זאגט אז ליצנות איז אבי אבות הטומאה; עס נישט דא נאך אזא טומאה וואס פארשטעלט גילוי אלוקית פונעם מענטש ווי די טומאה פון ליצנות, אזוי ווי מען זעט אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וויל אוועק גיין פונעם אייבערשטן, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועק גיין, שנאמר (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ", זאגט ר' נתן, וואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות, ברענגט מען אים א לץ, און ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, און אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.


ר' נתן פלעגט שטענדיג אנזאגן זיינע תלמידים זאלן אכטונג געבן פון לצים; ער פלעגט זאגן בזה הלשון: "די אלע וואס האבן גערעדט, האבן זיך נישט דערהאלטן", און דו וואס האבן גע'טענה'ט און זיך מתווכח געווען, זענען ליידער אוועק געפאלן. דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן נישט צו האבן צוטון מיט לצים, אפילו זיי זעען אויס ווי חסידי'שע אינגעלייט; ברודער, אנטלויף פון זיי ווי פון פייער, ווייל דו וועסט נאכדעם אוועק פאלן אינגאנצן פון אידישקייט.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיב:) אז רבינו הקדוש האט אנגעזאגט זיינע קינדער: "אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב", איר זאלט נישט וואוינען אין די שטאט שכנציב, ווייל זיי זענען זייער גרויסע לצים, און איר וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי; זעט מען פון דעם ווי הארב ליצנות איז, און ווי ווייט א מענטש דארף אכטונג געבן וואו ער וואוינט, און מיט וועם ער חבר'ט זיך וכו' וכו'.


ליצנות איז אזא הארבע זאך; עס פארשטעלט אלעס, עס ווערט געברענגט אין ספרי מוסר (של"ה הקדוש, מסכת יומא, פרק דרך חיים ותוכחת מוסר): "לֵיצָנוּת אַחַת דוֹחֶה מֵאָה תּוֹכָחוֹת", איין ליצנות נעמט אוועק הונדערט דרשות פון יראת שמים; דער הייליגער מסילת ישרים ברענגט אין זיין ספר (מסילת ישרים, פרק ה), אז ליצנות איז ווי א פאנצער קעגן יראת שמים; פונקט ווי א מענטש טוט זיך אן א פאנצער, קען מען אים נישט שיסן - די פאלן גיין נישט אריין אין אים, אזוי איז ליצנות א פאנצער קעגן יראת שמים. דערפאר בעט איך דיר, געב אכטונג זאלסט נישט האבן קיין שום שייכות מיט לצים, און גיי נישט אריין אין קיין וויכוחים מיט קיינעם.


ר' נתן האט געהאט א תלמיד וואס פלעגט אים קומען ברענגען אלע לשון הרע'ס וואס דער סאווראנער פלעגט זאגן אויף ר' נתן, איינמאל האט אים ר' נתן געזאגט: "וויסן זאלסטו, נישט דער סאווראנער איז מיין מתנגד, דו ביסט מיין מתנגד; ווייל איך הער נישט וואס יענער רעדט אויף מיר, און איך ווייס נישט וואס יענער רעדט אויף מיר, דו קומסט און דו מאכסט מיר משוגע; הער אויף צו קומען צו מיר און הער אויף צו ברענגען לשון הרע".


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס גייט בצניעות וועט האבן גוטע קינדער; צניעות איז נישט נאר צווישן מענער, צניעות גייט אויך אן אין שטוב, און אויך ווען מען איז נאר צווישן פרויען, ווי למשל ביים שווימען; דער הייליגער סאטמארער רבי זכר צדיק לברכה שרייבט אז א פרוי טאר נישט שווימען מיט א 'בעידינג סוט', ווייל עס איז א בגד של פריצות. דארף מען זייער אכטונג געבן אויף דעם, און איך פארלאנג פון יעדע פרוי צו קומען מיט א שווים קלייד.


א אינגערמאן האט מיר געזאגט אז עס איז שווער פאר א פרוי צו שווימען מיט א שווים קלייד, האב איך אים געזאגט: "אסאך זאכן זענען שווער, אבער די שווערסטע זאך איז זיך מוטשענען מיט קינדער וואס וועלן אנטלויפן פון אידישקייט, מען זאל אפגעהיטן ווערן וואס עלטערן מאכן מיט וכו'".


אין אמת'ן וואלט איך ווען געדארפט שרייבן דעם בריוו אנהייב זומער, ווייל מיר גייען שוין אהיים קומענדיגע וואך זונטאג; א פרוי דארף גיין בצניעות, און ווען מען גייט מיט א לאנגע קלייד ביז דער ערד דארף מען אויך גיין מיט שטרימפ, עס איז א פריצות צו גיין אן שטרימפ, מען מיינט אז די פיס איז צוגעדעקט, אבער ווען מען גייט זעט מען ארויס די פיס.


איך האב אויפגעשטעלט דעם פלאץ מיט מסירת נפש, און איך וועל נישט ווארטן אז אפאר לייכטזיניגע... וועלן מיר עס חרוב מאכן; איך וועל זייער אכטונג געבן אז מיר זאלן האבן ריינע ד' אמות.


אז מען רעדט שוין פון צניעות איז כדי נאכאמאל איבער צו חזר'ן וואס מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן אז מען זאל אכטונג געבן אז א פרוי זאל זיך אפשערן איר האר, מוהרא"ש פלעגט כסדר חזר'ן דעם זוהר (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די ס"מ און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס". און פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


חז"ל פארציילן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית, עס איז געווען א פרוי קמחית און זי האט געהאט זיבן קינדער, וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה, אלע זענען געווען כהנים גדולים, אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּ? האבן די חכמים איר געפרעגט: וואס האסטו געטון אז דו האסט זוכה געווען צו דעם? אָמְרָה לָהֶם: מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי, האט זי געזאגט פאר די חכמים: איך האב אייביג אכטונג געגעבן אז די ווענט און די דאך פון מיין הויז זאלן נישט זען מיין האר"; זעט מען פון דעם אז ווען מען פירט זיך מיט צניעות האט מען נאכדעם נחת פון די קינדער.


איך האף אז דו ליינסט מיין בריוו וואס איך שרייב דיר, און איך בעט דיר אז דו זאלסט ברענגן די בריוו פאר דיין ווייב און איר עס ווייזן, זי דארף אויך האבן חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


א כתיבה וחתימה טובה.