מכתב יומי
ח אלול תשע"ז
August 30 2017
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשע"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
געלויבט דעם הייליגן באשעפער אז מיר האבן געהאט א הערליכע זומער; דעם זומער איז געווען די ניינטע זומער וואס איך פאר ארויס מיט די בחורים אין קעמפ, און דאס איז געווען די שענסטע זומער וואס איך האב געהאט. איך האב אסאך מתפלל געווען אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן, די גאנצע זומער - אלעס וואס מיר האבן געהאט, איז איין גרויסע מעשה פון תפילה, ווייל בדרך הטבע האט אויסגעזען ווי מיר וועלן דאס יאר בלייבן אין שטאט, און נאר דורך תפילה האבן מיר געטראפן דעם שיינעם קעמפ.
זונטאג פארן מיר אהיים מיטן אייבערשטנס הילף; מאנטאג וועט זיין א שיעור פאר אלע אינגעלייט, און איך האף אז דו וועסט קומען צו די שיעורים אין ישיבה. גלייב מיר, עס קומט מיר בכלל נישט אן גרינג צו געבן א שיעור ביינאכט נאך א טאג ארבעט, איך געב עטליכע שיעורים יעדן טאג; יעדן אינדערפרי אכט דרייסיג געב איך א שיעור אין גמרא, נאכדעם געב איך צוויי שיעורים אין ישיבה פאר די בחורים, און בכלל זיין מיט בחורים א גאנצן טאג נעמט ארויס אסאך כוחות, איז ווען עס קומט שוין ביינאכט ווער איך אויסגעשעפט וכו', אבער איך געב א שיעור ביינאכט אן כח, אבי צו מחזק זיין אלע אינגעלייט אז זיי זאלן ווייטער לערנען און דאווענען, און זיך פירן מיט יראת שמים אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכרונו לברכה, וואס ער האט זיך אלע יארן מוסר נפש געווען אריין צו לייגן אין אונז די עצות פון הייליגן רבי'ן.
דערפאר וויל איך אז דו זאלסט קומען יעדע וואך מאנטאג נאכט צום שיעור; אלעס וואס דו דארפסט ערלעדיגן זאלסטו אפלייגן אויף א צווייטע צייט.
זיי געזונט און שטארק.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.