מכתב יומי

יט טבת תשפ"ה

January 19 2025

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, י"ט טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שובבי"ם איז א צייט וואס מען קען אלעס פאררעכטן; נישט דורך פאסטן, נישט דורך סיגופים, נאר דורך ישמע בזיונו ידום וישתוק, דורך ליידן און שוויייגן; בפרט אין שטוב, ווען די ווייב האט געזאגט א ווארט, אדער נישט געמאכט פינקט אזוי ווי דו האסט געוואלט; אז מען ליידט און מען שווייגט - קומט מען אפ אלע עבירות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), דאס איז תשובה, און דורך דעם קומט מען צו גרויסע מדריגות.


בעיקר אין שטוב, דארט איז א גוטע פלאץ פאר ישמע בזיונו ידום וישתוק; נישט צו ווערן בכעס ווען די ווייב האט עפעס געזאגט, אדער נישט געטון ווי מען וויל, און נישט אנהויבן בלאזן, טריצן אדער אריינגיין אין א קאלטע קריג וכו', נאר ווייטער ליב האבן און ווייטער לעבן בשלום; דאס איז די גרעסטע תיקון שובבי"ם, און דאס איז סאך א גרעסערע עבודה ווי די שווערסטע עבודה וואס איז דא.


אויך אין שול, אז איינער זאגט דיר עפעס - זאלסטו מאכן תיקון שובבי"ם און מקיים זיין דעם ישמע בזיונו ידום וישתוק. אין שול קומען אלע סארט מענטשן, מען ווייס נישט ווער האט יעצט געכאפט א פסק פון די ווייב, מען ווייסט נישט וואס גייט אריבער, און אז מען געבט דיר א פליק - בלייב שטיל.


אויך גיין נאך געלט פאר צדקה, און פארשפרייטן די ספרים, קונטרסים און גליונות - איז א תיקון הברית, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רסד), ווייל אז מען האט משפיע געווען אין א נישט גוטע פלאץ - דארף מען משפיע זיין אויף א גוטע פלאץ, און אז די אלע ניצוצות און טיפות זענען פארשפרייט אין די וועלט השם ישמרינו, דארף מען גיין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות, דאס איז תיקון הברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.