מכתב יומי
א אב תשפ"ו
July 15 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואלסטו געוואוסט דאס גרויסקייט פון גיין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, קונטרסים און גליונות - וואלסטו יעדן טאג עוסק געווען אין דעם, וואלסט אריינגעלייגט כוחות אין די הייליגע זאך.
דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא, גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.
עס גייט אריבער ביטערע שווערע נסיונות אויף אידישע קינדער, בפרט אויף די בני הנעורים; אזויפיל בחורים און אזויפיל מיידלעך פאלן נעבעך אין עבירות, און מיטן הייליגן רבינ'ס עצות קען מען זיי אלע צוריקברענגען צום אייבערשטן, און מיטן הייליגן רבינ'ס ספרים האבן זיי נאך א האפענונג.
ליבער ברודער, זע צו טון פאר הפצה; אדער זאלסטו אליינס גיין פארשפרייטן די ספרים, אדער זאלסטו מחזק זיין אנדערע מפיצים און זיי העלפן אויסטיילן יעצט זומער אין די קעמפס און אין די קאנטריס - די ספרים, קונטרסים און גליונות; ווייל מיר האבן נישט קיין אנונג דאס גרויסקייט פון צוריקברענגען מענטשן צום אייבערשטן, אויבן אין הימל ווערט א רעש, אויבן אין הימל ווערט א גאנצע געטואכץ ווען מען זעט א איד איז עוסק אין צוריקברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאכנישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.