מכתב יומי
ב אב תשפ"ו
July 16 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מה אשיב לה' כל תגמולוהי עלי, אז דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן איך האב געקענט טון א שידוך מיט מיין טייערער ליבער זון הרב נחמן נתן שליט"א, מיר האבן זיך משדך געווען מיט דעם חשוב'ן מחותן רבי אברהם הערש וועבערמאן נרו יאיר, דער גבאי פון שטעטל. וויפיל דארף איך דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט מיר; דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט אויך זען שמחות ביי דיינע קינדער, און נחת און פרייד געזונטערהייט.
ליבער ברודער, זע צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש, טייל איין די וואכעדיגע פרשה לויט די טעג פון די וואך; זונטאג זאלסטו לערנען שנים מקרא ואחד תרגום ביז שני, מאנטאג זאלסטו גיין ווייטער, פון שני ביז שלישי; דינסטאג זאלסטו גיין ווייטער, פון שלישי ביז רביעי; אזוי זאלסטו טון אלע טעג פון די וואך, ביז דו וועסט ענדיגן די גאנצע פרשה שנים מקרא ואחד תרגום, דאס וועט דיך היטן פון אלעם בייזן, און דאס וועט זיין א שמירה פאר דיר און פאר דיין גאנצע משפחה.
אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות; זאג יעדן טאג כמה וכמה פרקים משניות, דאס וועט דיר העלפן זיך צו קענען שטארקן אויף די שווערע ביטערע נסיונות וואס דער יצר הרע ברענגט דיר.
ליבער ברודער, אז דו וועסט יעדן טאג גורס זיין פרקים משניות וועסטו ביים סוף מנצח זיין די שווערע מלחמה, דו וועסט ארויסגיין פון דיין פלאנטער, פון דיין בלאטע. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין שיחות הר"ן (סימן י"ט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס, און רבי נתן דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט דאס געזאגט, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס די כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; און אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער ווערן אן ערליכער איד.
היינט נאכט וועט זיין אם ירצה השם די וועכנטליכע ליל שישי שיעור, זע צו קומען ווייל יעדער איינער דארף חיזוק, און אפילו דו ווייסט שוין אלעס וואס מען גייט שמועסן ביים שיעור, דו ווייסט פינקטליך וועלכע שיחות און וועלכע תורות מיר גייען זאגן די וואך, דאך דארף דער מענטש דאס נאכאמאל הערן און דאס נאכאמאל אויפפרישן; ווייל די נסיונות ווערן שטערקער און שטערקער און מען דארף האבן דעם רבינ'ס חיזוק, איך האף דיך צו זען ביים שיעור.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.