מכתב יומי
א אדר תשפ
February 26 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
קוק נישט קיין מאווי"ס, פארברען דיר נישט דיין לעבן; נישט יעדע זאך וואס דו הערסט פון א צווייטן דארפסטו נאך טון, אפילו אלע אינגעלייט מיט וועם דו דרייסט זיך רעדן פון דעם עקטער און פון דעם זינגער זאלסטו ווייטער זיין שטארק מיט'ן אייבערשטן נישט צו קוקן קיין שום זאך.
אז דו וועסט האבן ריינע אויגן וועט דיר אלעס גיין גרינגער; אז מען היט נישט די אויגן דארף מען נאכדעם ליידן אין לעבן, מען ווערט פארשווארצט השם ישמרינו.
דארפסט זיך נישט שעמען צו האבן א כשר'ע טעלעפאן און א געפילטערטע קאמפיוטער, שעמען דארף מען זיך נאר פונעם אייבערשטן.
מארגן וועט אי"ה זיין א שיעור, איך האף דיר צו זען.