מכתב יומי

ל שבט תשפ

February 25 2020

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר זייער פאר'ן אויפנעמען שיין די גבאים: האברך ... נרו יאיר און האברך ... נרו יאיר; דו רעדסט שיין צו זיי און דו געבסט זיי חודש'ליך דיין מעשר. זיי העלפן מיר צאלן די רענט פאר'ן בנין הישיבה, זיי האבן אראפגענומען פון מיר דעם עול; זיי מוטשען זיך זייער צו קענען דעקן די רענט יעדן חודש.


וואויל איז דיר אז דו העלפסט מיר; דו האסט א חלק אין די תורה ותפילה פון די בחורים, אינגלעך און מיידלעך, אויך פון די כולל אינגעלייט וואס לערנען בהתמדה רבה, אזוי אויך אין הדפסת והפצת ספרי רבינו; דורכדעם נעמסטו א חלק אין די אלע הרהורי תשובה וואס קומט ארויס פון דעם פלאץ.


דעם קומענדיגן מוצאי שבת פרשת תרומה וועט פארקומען א מלוה מלכה - מסיבת הכרת הטוב פאר אלע תלמידי ישיבה, איך וועל זיך זייער פרייען דיר צו זען, דיר צו באגריסן פערזענליך.


מארגן נאכט וועט זיין די חודש'ליכע צוזאמקום פאר די פרויען, בלייב אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען נעמען חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.