מכתב יומי
א חשון תשפ"א
October 19 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
זאלסט קיינמאל נישט רעדן צו דיינע קינדער אויף אנדערע אידן און אנדערע רבי'ס; ווען די קינדער קומען אהיים מיט זאכן פון חדר, פון דעם רבי'ן פון יענעם רבי'ן - זאלסטו דאס נישט אוועק מאכן, ווייל ווען מען מאכט אוועק דעם און יענעם, ביים סוף מאכן די קינדער א פשרה - זיי מאכן אלעמען אוועק...
רעד מיט דיינע קינדער נאר גוטס; אלע ווערטער זאלן זיין גוטס, וועסטו זען נחת פון זיי.
איך האף אז דו שטארקסט זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, דו האלסט נאך א טאג שווערע ארבעט - זאלסטו לערנען אביסל גמרא, אביסל משניות אפילו אן פארשטיין. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.
מיטוואך נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום, סיי אין ישיבה און אויך אין שטעטל; זע אז דיין ווייב זאל קומען. עס איז שוין לאנג נישט געווען קיין פרויען שיעורים, זע צו בלייבן אין שטוב מיט די קינדער, זוך נישט ארויס צו לויפן, דו וועסט הנאה האבן; אנדערע וואלטן געצאלט זייער גאנצע געלט אז זייער ווייב זאל הערן אזא שיעור, ווי אזוי צו לעבן מיט'ן מאן וכו' וכו'.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.