מכתב יומי

כז תשרי תשפ"א

October 15 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בראשית, כ"ז תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


אז דו זוכסט וואו צו אנטלויפן פון דיין שווערע צרה איז דא איין פלאץ וואו מען קען אנטלויפן - נאר צו די הייליגע תורה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה וועסטו ווערן געראטעוועט.


איך בעט דיר מיין טייערער ליבער ברודער, אנטלויף צו די הייליגע תורה; נעם א חומש, א משניות, א גמרא און לערן דיינע שיעורים. לערנען האט נישט צו טון אויב מען פארשטייט אדער מען פארשטייט נישט, דער רבי האט אונז געגעבן א שיינע זיסע וועג ווי אזוי יעדער איינער קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער פון די תורה (קוק נאך אין ספר שיחות הר"ן, סימן עו).


היינט נאכט וועט זיין א שיעור, איך וויל זייער שטארק דו זאלסט קומען זיך מחזק זיין אינאיינעם.


דעם שבת וועל איך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף זיין אין קרית ברסלב; אזוי אויך במשך די יאר, אין די אלע שבתים וואס מען בענטשט ראש חודש וועל איך זיין אין קרית ברסלב, דאס הייסט יעדע פערטע וואך וועל איך זיין אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.