מכתב יומי

א חשון תשפ"ו

October 23 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב נאך אין שטוב, אבי עס זאל זיין שלום. איך בעט דיר זייער זייער, טו אלעס פאר שלום, לאז נישט דעם סמ"ך מ"ם צעברעכן דיין שטוב. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים", דאס איז די זאך פונעם יצר הרע; מאכן קריגערייען צווישן מאן און ווייב, חרוב מאכן די ליבשאפט, אוועק נעמען די שלום צווישן זיי, "כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", אזוי כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם", דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער, "עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם", אוועק נעמען די ליבשאפט, די שלום, "שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", אזוי ווארפט ער זיי אריין אין עבירות רחמנא לצלן.


בוי אויף דיין ווייב, געב איר גוטע ווערטער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי"; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס זייער שיין מסביר, אז א פרוי ווערט איינס מיט איר מאן נאר אויב דער מאן מאכט איר פאר א כלי, ער בויט איר אויף, ער דערהייבט איר און ער שטארקט איר, דעמאלט ווערט זי איינס מיט איר מאן. אבער אויב דער מאן האט נישט קיין שכל, ער דערנידערט איר און ער צעברעכט איר ביז זי ווערט א שברי כלי, דעמאלט וועט קיינמאל נישט זיין צווישן זיי קיין שלום בית, זי וועט קיינמאל נישט ווערן איינס מיט איר מאן.


היינט נאכט וועט נישט זיין די וועכנטליכע שיעור, איך מאך היינט א וואך נאכט פאר מיין נייעם געבוירענעם אינגל און מארגן אינדערפרי א ברית, איך ווינטש דיר דו זאלסט אויך זוכה זיין צו קינדער און קינד'ס קינדער מיט אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.