מכתב יומי
ל תשרי תשפ"ו
October 22 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
קינדער טאר מען נישט שלאגן, מען דארף האבן אסאך געדולד צו קינדער, זיי אויסלערנען ווי זיך צו פירן; מען דארף רעדן און רעדן און רעדן ביז מען פועל'ט.
פיר דיין שטוב ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיט רחמים, מיט נחת. אודאי זאלסטו פארלאנגען פון די קינדער דרך ארץ און יראת שמים, אבער דאס שרייען פעלט נישט אויס, דאס העלפט נישט, דאס מאכט זיי דערשראקן השם ישמרינו.
מארגן נאכט מאך איך אם ירצה ה' א וואך נאכט פאר מיין נייעם געבוירענעם זון, וועט נישט זיין קיין שיעור.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.