מכתב יומי
א חשון תשפ"ז
October 12 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זיך קענען דערהאלטן ביים צדיק, ביים הייליגן רבי'ן. יום טוב ביי די הקפות אינדערפרי זאגן מיר אפאר ווערטער איידער מען טאנצט די הקפות, און ביי די פערטע הקפה, דעם רבינ'ס הקפה, די מידה פון נצח - האבן מיר זיך מחזק געווען אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט אפטיילן פון רבי'ן, מען זאל בלייבן מיט די געפיל, מיט די חיות און נשמה, און מען זאל זיך כסדר דערמאנען: 'פארוואס בין איך געקומען צום רבי'ן?' און לעבן ביים רבי'ן כאילו מען איז היינט פריש מקורב געווארן, ווייל דער הייליער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סב), יעדעס מאל מען קומט צום צדיק דארף עס זיין מיט א פרישקייט, מען זאל טראכטן: 'דאס איז די ערשטע מאל וואס איך גיי צום צדיק'; מען דארף געדענקען ווער מען איז, ווי אזוי מיר קוקן אויס אן דעם רבי'ן; דעמאלט וועט מען בלייבן שטענדיג מקושר צום הייליגן רבי'ן.
איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט לערנען דעם רבינ'ס ספרים, דאס איז אן עצה צו בלייבן מקושר צום רבי'ן, און דאס וועט דיך מאכן פאר אן ערליכער איד. מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש לקוטי מוהר"ן, ווייל דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט) אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן איז מען זוכה צו ווערן אן אמת'ער בעל תשובה, נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכע איד, "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען".
אויך זאלסטו לערנען די שמועסן פון רבי'ן: חיי מוהר"ן און שיחות הר"ן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".
ובעיקר זאלסטו לערנען יעדן טאג אן קיין אויסנאם "ספר אשר בנחל"; בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונז. אז מען לערנט אשר בנחל איז אזוי ווי מען לערנט אלע ספרים פון רבי'ן און רבי נתן; אשר בנחל איז דער תמצית פון רבינ'ס ספרים, ווען מען לערנט די בריוו ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.