מכתב יומי

ב חשון תשפ"ז

October 13 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, ב' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חזר זיך אמונה, חזר זיך אז אלעס איז דער אייבערשטער, קיין שום זאך קען נישט פאסירן פון זיך אליינס, אלעס איז ער און ער איז אלעס; ווייל דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): ביי די וועלט איז 'אמונה' א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר 'אמונה', וועליכע אמונה? אמונה אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, אמונה אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן, ווייל ווען מען לעבט מיט אמונה איז דאס די גרעסטע זאך, און נאר צוליב דעם האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט מיט אונז מענטשלעך, מיר זאלן וויסן פון אים, מיר זאלן לעבן מיט אים.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, די לעבן וועט דיר ווערן זיס, מיט אמונה איז אזוי שיין אלעס; ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה - גייט אים אלעס גאר אנדערש; מען ווייסט אז קיינער קען גארנישט טון, קיינער קען נישט שלעכטס טון און קיינער קען נישט גוטס טון, אלעס וואס פאסירט איז פונעם אייבערשטן.


אויך וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין אויף אלע דיינע עבירות, ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן לג): דורך אמונה איז דער אייבערשטער מוחל אויף אלע עבירות; דער עיקר זאלסט נישט האבן קיין קשיות און קיין טענות אויפן אייבערשטן, זאלסט גלייבן באמונה שלימה אז אלעס איז לטובתך פאר דיין טובה, און אפילו דו צעקלאפסט זיך, עס גייט אריבער שווערע טעג - איז דאס פון הימל פאר דיין טובה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (חולין ז:): "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה", א מענטש צוקלעמט זיך נישט זיין פינגער אן דעם וואס מען זאל אויסרופן אין הימל פון פאראויס אז דער מענטש זאל זיך צעקלאפן זיין פינגער; און אז מען רופט אויס אין הימל - איז דאס זיכער גוט.


ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו מפעם לפעם ארויף קוקן אויפן הימל, דער רבי האט געוואלט מיר זאלן קוקן אויפן הימל, זיך דערמאנען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.