מכתב יומי

א טבת תשפ"ה

January 01 2025

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז די הייליגע טאג זאת חנוכה. עס שטייט פון צדיקים אז מען קען פועלן זאת חנוכה ישועות, זאלסטו זיך היטן פון קנאת המלאכים; היט זיך פון כעס און פון מחלוקת, ווייל יעדע מאל עס קומען די הייליגע טעג ווערט א פחד, די מלאכים זענען מקנא דעם מענטש און זיי זוכן אים אראפ צו ווארפן אין מחלוקת, אין כעס, פאר שטותים והבלים. וועסט גוט קוקן, יעדע שבת און יום טוב, און אויך ביי שמחות - ווערט דער מענטש צעשפילט מיט נערווען וכו' וכו', מען הויבט אן שרייען אויף די ווייב און קינדער, מען הויבט אן מיט פארשעמען השם ישמרינו; זאלסטו זיך אכטונג געבן נישט צו ווערן בכעס. היינט נאכט ביים צינדן די הייליגע מנורה זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, עס זאל דיר גארנישט אנגיין, עס זאל דיר גארנישט אינטערעסירן, נאר איין זאך - שמחה.


קומענדיגע וואך, פרייטאג פרשת ויחי, עשרה בטבת - געפאלט אויס די יארצייט פון אונזער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו. ליל שישי וועלן מיר מאכן די יארצייט סעודה אין מאנסי, אינאיינעם מיט א דינער פאר אונזערע מוסדות אין ארץ ישראל, מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש. איך לאדן דיך פערזענליך, איך וויל דו זאלסט קוקן אויף די מוסדות ווי דיינע אייגענע מוסדות, ווייל ביי מיר איז דאס אזוי חשוב און אזוי וויכטיג; מיר זאלן האבן ריינע ערליכע מוסדות על טהרת הקודש, געבויט אויף די וועג פון הייליגן רבי'ן, אזוי ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, ז' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעם א משניות און זאג אפאר פרקים משניות, נאר דאס וועט דיר בלייבן, נאר דאס איז תכלית. נעם א גמרא און זאג בלעטער גמרא, דאס וועסטו מיט נעמען מיט דיר אויף יענע וועלט.


הער אויס וואס צדיקים זאגן, נאר די צדיקים ווייסן וואס איז תכלית און וואס מאכט פרייליך. הער א מעשה, אמאל איז דאקטער לאנדא פון אומאן אריין צו רבי נתן אין שטוב און געהערט ווי רבי נתן רעדט פון תכלית, ער הערט זיך צו וואס רבי נתן רעדט, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), מענטשן מוטשען זיך פאר גארנישט, נאר תורה ותפילה איז תכלית, נאר דאס איז ווערד, נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש. דר. לאנדא טראכט צו זיך: 'וואס ווייסט דען רבי נתן וואס מיינט גוט אז ער רעדט פון גוטס? ווייסט ער דען ווי גליקליך איך בין, איך האב היינט פארדינט גרויס געלט, און געקויפט א טייערע צירונג פאר מיין ווייב, וואס האט דען רבי נתן אפילו אן אנונג וואס גוטס מיינט?' און רבי נתן זאגט ווייטער: "א מענטש קען פארדינען געלט און אפילו קויפן א טייערע צירונג פאר זיין ווייב, און ער קומט אהיים און געבט איר די מתנה, און זי איז נישט צופרידן, עס ווערט א גאנצע מחלוקה פון דעם, ער אנטלויפט פון שטוב און זוכט נאר ווי אזוי זיך צו הרג'ענען", דר. לאנדא טראכט: 'א בטלן דער רבי נתן, וואס רעדט ער? וואס ווייסט ער?!'


למעשה איז רבי נתן געווען גערעכט, דער דאקטאר לאנדא איז אהיים, ער האט געגעבן פאר זיין ווייב די מתנה וואס ער האט איר געקויפט, און זי האט דאס נישט ליב געהאט. עס האט זיך אנגעהויבן א קריגעריי צווישן זיי, ביז ער איז ארויסגעלאפן פון שטוב, עס איז אים געווארן אזוי ביטער אז ער האט אנגעהויבן טראכטן פון זיך הרג'ענען. ער איז געלאפן צו רבי נתן און געזאגט: "איי ווי גוט האט איר צוגעטראפן; פינקט די ווערטער פון דעם שמועס האט ביי מיר פאסירט", רבי נתן האט אים מחזק געווען, ביז ער האט אים ארויסגעטריבן די שלעכטע מחשבות פון זיך הרג'ענען.


נעם נישט ארויס פון די מעשה נישט צו קויפן מער מתנות וכו'; קויף יא מתנות פאר דיין ווייב, אבער נאר אז דו וועסט זאגן משניות וועסטו זיין פרייליך, נאר אז דו וועסט רעדן צום אייבערשטן אפאר מינוט יעדן טאג וועסטו זיין פרייליך, אלעס אנדערש איז נאר צייטווייליגע זאכן, עס ענדיגט זיך מיט גארנישט; נאר תורה ותפילה, נאר חינוך הבנים והבנות - דאס בלייבט, דאס איז נצחיות.


חנוכה איז א צייט פון אנהויבן פריש אינוועסטירן אין שטוב מיט די קינדער, דער עיקר דארף מען אינוועסטירן אין שמחה; טאנצן אין שטוב, עס זאל זיין א פרייליכע אטמאספער אין שטוב, געבן גוטע ווערטער פאר אלעמען; די מאן פאר די ווייב און די ווייב פארן מאן, און ביידע פאר די קינדער, מען טאר נישט זיין קארג ביים געבן גוטע ווערטער, און מען דארף מחמיר זיין, אפילו עס קומט זיך נישט די גוטע ווערטער - זאל מען עס געבן, באגיסן יעדע קינד באזונדער מיט גוטע ווערטער, די גוטע ווערטער דאס איז די געזונסטע זאך, דאס מאכט זיי וואקסן געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה און א גוטן חודש.