מכתב יומי
א ניסן תשפ"ו
March 19 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט ראש חודש ניסן איז די יום הולדת פון הייליגן רבי'ן, דער רבי איז געבוירן 'ראש חודש' דאס איז דעם רבינ'ס לימוד, דער רבי לערנט אונז זיך צו באנייען שטענדיג.
טייערער ברודער, הארציגער חבר, באניי זיך, הייב אן פון יעצט דינען דעם אייבערשטן, גיי אין שול דאווענען די דריי תפילות, דאווען מיט מנין מיט א סידור, רעד נישט ביים דאווענען, הייב אן פונדאסניי זיין א גוטע איד; ביים רבי'ן איז געווען דער עיקר זיך באנייען, דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן שטענדיג אנהייבן פון פריש, "אלט טאר מען נישט זיין" - האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן סימן נא), "אן אלטער חסיד איז נישט גוט צו זיין, און אן אלטער צדיק איז נישט גוט צו זיין".
זיי מחזק דיין ווייב מיט אריינברענגען דעם יום טוב פסח; מיט אפאר גוטע ווערטער קענסטו איר ממש געבן פרישע כוחות און א פרישע גייסט צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט, זאג פאר דיין ווייב דאס וואס דער הייליגער בעל קדושת לוי זכותו יגן עלינו זאגט, אז פון די ארבעט פון די פרויען וואס מאכן פסח'דיג; פון זייער קראצן, רייבן און כשר'ן - ווערן באשאפן מלאכים, די זעלבע מלאכים וואס ווערן באשאפן ראש השנה ווען מען בלאזט שופר.
דו זאלסט אויך העלפן מיט וואס דו קענסט אויסרוימען די חמץ פון שטוב, בעיקר זאלסטו ארויסנעמען אלע נישט כשר'ע ביכער, האלט נישט אין שטוב ביכער וואס האבן נישט א הסכמה פון ערליכע רבנים, און רייניג אויס דיין שטוב פון צייטונגען און מאגעזינען, (הלואי וועסטו מיך פאלגן און מער נישט קויפן קיין שום צייטונג, קיין שום מאגעזין, וועסטו זיין מער געזונט גייסטיש).
היינט נאכט וועט זיין א ראש חודש סעודה אין קרית יואל, אינאיינעם מיט מסיבת הכרת הטוב פאר אלע וואס העלפן מיר אנגיין מיט די מוסדות, איך ווארט דיך צו זען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.