מכתב יומי
כט אדר תשפ"ו
March 18 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך -יום ד' פרשת ויקרא, כ"ט אדר, ערב ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
די עצה צו מבטל זיין שלעכטע מידות; גאוה וכדומה - איז צו רעדן ווי מער פון אמונה; ווי מער מען נעמט אריין דעם אייבערשטן, ווי מער מען טראכט פונעם אייבערשטן - פאלט פון זיך אליינס אוועק אלעס אנדערש.
דאס האבן מיר זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש; נאר רעדן פון אמונה, נישט זיין פארנומען מיט זיך מבטל זיין. עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי מען קען מבטל זיין די גאוה; אדער זיין פארנומען מיט די שלעכטס, אדער רעדן אזויפיל פון אמונה ביז עס ווערט אזוי ליכטיג אז אלע שלעכטס פאלט אוועק. עס שטייט ביי די מראה פון יחזקאל הנביא (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ" – די וועלט איז ליכטיג געווארן פונעם כבוד פונעם אייבערשטן; אז מען רעדט פונעם אייבערשטן ווערט ליכטיג און עס פאלן אוועק אלע שלעכטע מידות און שלעכטע תאוות וכו'.
אויך דורכדעם וואס מען משפט זיך, מען דערציילט דעם אייבערשטן אלעס וואס מען האט געטון, און מען בעט אים ער זאל אננעמען די תשובה - דאס איז אויך מבטל די גאוה; ווייל אז מען האט די מעשים פאר די אויגן איז ווי אזוי איז שייך זיך צו גרויסן? גיי התבודדות, גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר און בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים און דיר פארגעבן אויף אלע נישט גוטע מעשים, התבודדות קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן.
היינט זאגן אלע יום כיפור קטן, אפילו די וואס זאגן נישט א גאנץ יאר זאגן אויך ערב ראש חודש ניסן, און מארגן וועלן מיר מאכן א סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט א מסיבת הכרת הטוב פאר די וואס העלפן א גאנץ יאר די מוסד אינאיינעם מיט די ליל שישי שיעור.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.