מכתב יומי
ב חשון תשפ"ה
November 03 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מיר האבן געהאט א הערליכע שבת אין ישיבה. שבת אינדערפרי נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט די מעשה פון חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), ווי דער תם האט זיך געפירט בתמימות, און ווען מענטשן זענען געקומען צו אים שפעטן האט ער זיי געזאגט: "נאר אן ליצנות", און ווען זיי האבן געענטפערט "מיר מיינען נישט קיין ליצנות", האט ער גלייך אנגעהויבן רעדן מיט זיי, ער האט נישט געוואלט איבערטראכטן אפשר מיינען זיי יא ליצנות נאר זיי זאגן אז זיי מיינען נישט צו טשעפען, ווייל דאס אליין איז ליצנות, דער תם האט זיך געפירט זייער גראד, און ווען ער האט געזען אז זיי שפעטן פון אים האט ער זיי געענטפערט: "וואס וועט זיין אויב ענק וועלן זיין קליגער פון מיר? וועלן ענק ערשט זיין נאראנים, ווייל וואס בין איך דען?"
מיר האבן גערעדט פון שלום בית, אז מען זאל נישט שפעטן איינער פון צווייטן, און אויב מען האלט זיך קליגער איינער פון צווייטן איז מען דאך ערשט א נאר, אזוי ווי דער תם האט געזאגט.
ביי שלש סעודת האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות. דער פסוק זאגט (בראשית ו, ט): "נֹחַ אִישׁ צַדִּיק", נח איז געווען א צדיק; ווי אזוי איז ער צוגעקומען צו זיין א צדיק אין אזא געפאלענע דור ווי די דור המבול? זאגט דער פסוק (שם): "תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו", ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט תמימות; דאס איז דער וועג צו ווערן א צדיק, ווער עס גייט בתמימות ופשיטות; ער גייט אין שול דריי מאל א טאג דאווענען די דריי תפילות און טוט בתמימות די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילן, און ועל כולם ער איז זיך מתבודד, ער רעדט ארויס אפאר ווערטער צום אייבערשטן – דער קען זוכה זיין צו ווערן אן איש צדיק.
מיר האבן געלערנט ספר חיי מוהר"ן, סימן תלט, ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט, דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן, שנת תקע"א, איז געווען ביים רבי'ן אן אייניקל - ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער; דער אייניקל איז אריין צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאווען פאר מיר איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען דערפאר?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי - 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער. ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע וואס זענען געווען אנוועזנד האבן זיך צעלאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!" זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו זאגן, ווי איינער פרעגט: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פארן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
---
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ביסט אראפגעפאלן? הייב זיך אויף, און גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער נעמט אן דיין תשובה און האט ווייטער א נחת רוח פון דיין עבודת השם. אויבן אין הימל האט דער אייבערשטער טויזנטער און צענדליגער טויזנטער מלאכים וואס האבן נישט קיין בחירה און האבן נישט קיין נסיונות, נישט קיין ווייב און נישט קיין קינדער; דער אייבערשטער האט אונז באשאפן ווייל דאס איז די גרעסטע תענוג און נחת רוח, צו זען ווי מיר הייבן זיך אויף און מיר קומען נאכאמאל און נאכאמאל צוריק צו אים.
די וואך איז די וואלן אין אמעריקע, מענטשן זענען פאר'כישופ'ט פאר די וואלן, מען פארגעסט אז עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט אלעס און ער מאכט אלעס; לאז אפ די נייעס, לאז אפ די שטותים, נישט ער קען אונז העלפן און נישט זי וועט אונז העלפן, נאר דער אייבערשטער וועט אונז העלפן, ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס.
מאך זיך א שיעור אין איבער'חזר'ן די הלכות וואס איז נוגע פאר בויען א אידישע שטוב, א ריינע שטוב. מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט אונז שטענדיג זאגן אז דער גרויסער צדיק רבי אורי פון סטרעליסק זכותו יגן עלינו האט איבערגע'חזר'ט מער פון טויזנט מאל הלכות טהרה, איז דאך זיכער אז מיר פשוט'ע אידן דארפן דאס חזר'ן אן א שיעור מאל, אז מיר זאלן נישט חס ושלום נכשל ווערן אין די הלכות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.