מכתב יומי

ג חשון תשפ"ה

November 04 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען האט שוין גערוקט דעם זייגער, עס הויבט זיך אן די גאלדענע נעכט. דער הייליגער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו רופט אן די ווינטער נעכט - די 'גאלדענע נעכט', ווייל מען קען אין די נעכט זיער אסאך דינען דעם אייבערשטן. וויל איך דיר בעטן זאלסט נישט ארויסגיין ביינאכט פון שטוב, דאווען מעריב וואס פריער און בלייב אין שטוב; אדער גיי שלאפן און שטיי אויף פארטאגס, (מען קען זאגן תיקון חצות ביזן עלות השחר), אדער בלייב אין שטוב לערנען דיינע שיעורים כסדרן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז א אינגערמאן האט נישט וואס צו זיין אינדרויסן פון שטוב ביינאכט, נאר בלייבן אין שטוב לערנען אין שטוב. אז דו וועסט לערנען אין שטוב - וועט דיין ווייב זיך זייער פרייען, זי וועט דיך מחשיב זיין, זי וועט דיך ארויפקוקן, דיין שלום בית וועט ווערן גאר גוט.


אפילו פרייטאג צו נאכטס, ווען עס איז איינגעפירט ביי אנדערע פלעצער צו גיין צו טישן וכו' - איז ביי אונז נישט אזוי, מוהרא"ש זאגט, א אינגערמאן האט נישט וואס ארויס צו גיין פרייטאג צו נאכטס, נאר בלייבן אין שטוב מיט די ווייב, און איך זאג קלאר אז די באטעס ביי מיר - איז נישט פאר אברכים, עס איז אויסדריקליך נאר פאר בחורים, אינגעלייט האבן נישט וואס ארויס צו גיין פון שטוב.


מארגן איז דא וואלן אין אמעריקע, מיליאנען מענטשן זענען פארקאכט און איינגערעדט אז די וואלן איז זייער ישועה, איך בעט דיר זאלסט חזר'ן אמונה, חזר זיך 'דער אייבערשטער איז אונזער ישועה'; די אינטערעסט (פראצענט), די געז, די טעקסעס - אלעס ווערט געפירט דורך דעם אייבערשטן מיט א פינקטליכע השגחה, נישט דער ער און נישט דער זי - וועט זיין אונזער ישועה.


איך בעט דיר נאכאמאל, גיי נישט ארויס ביינאכט פון שטוב, לייג זיך פרי שלאפן און שטיי אויף פארטאגס לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.