מכתב יומי
ב כסלו תשפ"ה
December 03 2024
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואס איז געווען איז געווען, ברענג נישט ארויף אלטע קאשמארן, לאז אפ אלטע וואונדן. איך ווייס אז די מטפלים האבן א שיטה אז מען זאל קייען און איבערקייען די אלטע צרות (אזוי וועלן זיי האבן פרנסה, אזוי ווערט מען נישט אויסגעהיילט), להבדיל דער רבי איז גרעסער פון די פארפירער, דער רבי זאגט בפירוש קיי נישט איבער אלטע צרות, קיי נישט איבער אלטע ווייטאג. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פונדאסניי".
די תורה (פרשת השבוע) ווייזט אונז א וועג אז אפילו מען ליגט אויף דער ערד, מען איז א דורכפאל, די גרעסטע דורכפאל, ליגט אבער נעבן דיר א לייטער ביזן הימל, ביזן אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (השמטות, רסו ע"ב; עיין בעל הטורים): "'סולם' באטרעפט 'קול'", דו האסט א מויל, א לייטער ביזן הימל, זאג: "רבונו של עולם העלף מיר, רבונו של עולם איך וויל זיין גוט, גלייב מיר, קוק אריין אין מיין הארץ, קוק אריין אין מיינע מחשבות, איך וויל אזוי שטארק זיין גוט, איך וויל אזוי שטארק ארויסגיין פון מיינע תאוות, פון מיינע מידות רעות, העלף מיר".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.