מכתב יומי

ג כסלו תשפ"ה

December 04 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מכבד דיין ווייב, מעגסט איר קויפן א שיינע מתנה און איר שרייבן אפאר שיינע ווערטער, הארציגע ווערטער. אפילו דו האסט נישט צו קויפן גאר טייערע מתנות - זאלסטו איר קויפן א שיינע מתנה וואס איז ביליג, און דער עיקר די שיינע ווערטער פון הארצן.


דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, וויפיל דרשות און בריוו האט אונז מוהרא"ש געגעבן אויף שלום בית? וויפיל מאל האט אונז מוהרא"ש גע'מוסר'ט און איבערגע'חזר'ט וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד), אז די פרויען ליידן אזויפיל צער און יסורים פון ברענגען קינדער, דאס ווארטן, געבוירן און דאס אויפציען קינדער, "כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", ווי אלע ווייסן זייער ווייטאג און זייער צער וואס זיי ליידן, און ווי רבי נתן דערציילט (שם, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד", איינער האט אים דערציילט, "שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", אז ער האט געהאט א שמועס מיט'ן רבי'ן, "מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר. דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


זיי מכבד דיין שווער און שוויגער, רעד שיין צו זיי און רעד שיין צו דיין ווייב פון זיי, און אז דו קענסט זיי טראגן און ברענגען - זאלסטו דאס טון מיט די גרעסטע שמחה, איך דארף נישט ביי מיר אין די קהילה עזות פנימ'ער וואס חוצפה'נען זיך צו עלטערן און צו די ווייב'ס עלטערן, היכל הקודש איז א פלאץ פון דרך ארץ, פון יראת שמים, פון זיך פירן צו די עלטערן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, אז מען איז מכבד די עלטערן און די ווייב'ס עלטערן - איז דאס די גרעסטע כבוד וואס מען קען געבן פארן רבי'ן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן אז עס זאל נישט ארויסגיין קיין שלעכטע נאמען אויפן צדיק.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף לויפן צו די בחורים, זיי זענען אזוי צעבראכן, זיי דארפן שידוכים, זיי ווארטן אויף חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.