מכתב יומי

ב סיון תשפ"ב

June 01 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן בין איך געווען אין קרית יואל, מיר האבן זיך מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן זיך צו גרייטן פאר קבלת התורה. מארגן נאכט, די ליל שישי שיעור - וועט זיין אינעם נייעם בית המדרש אין בארא פארק. עס איז זייער וויכטיג מיט צו האלטן די שיעורים; עס פרישט אויף, עס דערמאנט צו טון גוטע זאכן, צו טון פאר'ן אייבערשטן.


איך וועל דיר שרייבן אביסל וואס מיר האבן גערעדט. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן א) ווען א מענטש לערנט תורה ווערט ער אפגעהיטן פון די יצר הרע וואס וויל אים אויסרייסן; עס איז דא א יצר הרע וואס איז זיך מתלבש אין מצוות, ער רעדט איין דעם מענטש צו טון עבירות בלבוש מצוות, די יצר הרע איז זייער א גרויסע סכנה, ווייל דער מענטש ווייסט נישט זיך צו היטן פון דעם, ער מיינט אז דאס איז א מצוה; די איינציגסטע עצה צו ווערן געראטעוועט - איז נאר דורך לערנען די הייליגע תורה.


מוהרא"ש זאגט, דער רבי מיינט די מענטשן וואס מאכן מחלוקות און האבן אינזין דעם אייבערשטן, און די מענטשן וואס מיינען עס איז א מצוה צו זיין ביי זיך דערביטערט און אויפגעגעבן, דער יצר הרע רעדט איין עס איז א גרויסע זאך צו זיין דעפרעסט, ווען באמת איז דאס א גרויסע סכנה; עצבות ומרה שחורה איז די ערגסטע זאך פאר'ן מענטש, עצבות ומרה שחורה איז די יצר הרע, די סמ"ך מ"ם; די איינציגסטע וועג ווי אזוי מען קען ווערן אפגעהיטן פון דעם איז דורך לערנען די הייליגע תורה, אז מען לערנט תורה שטופט מען אוועק די עצבות ומרה שחורה.


אויפ'ן וועג אריין איז געווען דארט א מחנה קינדער וואס האבן געשריגן אויף מיר; איך האב דאס טאג טעגליך, מען שרייט מיר נאך; געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון רבי'ן וואס לערנט אונז דאס גרויסקייט פון ישמע בזיונו ידום וישתוק (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו).


איך דארף מקצר זיין, איך דארף אריינגיין צו די בחורים.