מכתב יומי

א סיון תשפ"ב

May 31 2022

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך געפארן קיין לעיקוואד, עס איז פרישע מקורבים, ברענענדיגע אינגעלייט, גרויסע מפיצים; מיר האבן זיך מחזק געווען צו קענען מקבל זיין די תורה פונדאסניי, עס איז געווען א סעודת ראש חודש, מען האט אביסל געזינגען און גערעדט דעם רבינ'ס ווערטער.


איך האב נישט צו לאנג גערעדט, איך האב געדארפט ענדיגן; עס איז מיר שלעכט געווארן אינמיטן רעדן, עס איז געווען זייער הייס; אבער מיר האבן זוכה געווען צו רעדן גאר שיינע דיבורים.


תמצית הדברים, מיר האבן גערעדט אז אויב מען וויל מקבל זיין די תורה קען דאס נאר צוגיין אויב מען קוקט גוט אויף זיך; ווייל אז מען קלאפט זיך, מען האט זיך אליינס פיינט, מען וויל זיך נישט ליידן - קען מען נישט מקבל זיין די תורה, נאר אז מען קוקט גוט אויף זיך קען מען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


מיר האבן געלערנט די תורה וואס דער רבי רעדט פון קוקן גוט אויף אנדערע און קוקן גוט אויף זיך (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב), די תורה איז א פונדאמענט אין ברסלב'ע חסידות; דער רבי איז אונז מגלה אז דורך קוקן גוט אויף אנדערע און דורך קוקן גוט אויף זיך - פאלט אוועק דאס שלעכטס, מען ווערט א נייער מענטש.


איך האף דו וועסט אנהויבן קוקן גוט אויף דיר, דו וועסט זוכן עפעס גוטס.


היינט נאכמיטאג וועט זיין א סעודת ראש חודש אין קרית יואל, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט די זיסע עצות פון רבי'ן, זיך גרייטן אויף קבלת התורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.