מכתב יומי

ב שבט תשפ

January 28 2020

[די ביינאכט און פרויען בריוו זענען בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


עס דארף דיר נישט אנגיין וואס מענטשן זאגן; טראכט נאר פונעם אייבערשטן.


ווען דו דאווענסט זאלסטו נאר דאווענען פאר'ן אייבערשטן; אז מען טראכט פון מענטשן איז זייער ביטער. ווער רעדט נאך אויב דאס דאווענען און לערנען איז פאר א צווייטן - דעמאלט איז א גרויס רחמנות, ביים סוף שטעלט זיך ארויס אז קיינער קוקט נישט אויף דיר און קיינער טראכט נישט פון דיר, עס ווייזט זיך אויס אז מען האט געדאווענט א גאנץ לעבן פאר א קאץ.


דער הייליגער רבי האט אמאל דערציילט פאר זיין טאכטער אדל איבער א גרויסער מענטש וואס האט געדאווענט יארן לאנג מיט גרויס התלהבות פאר א קאץ; ער פלעגט דאווענען אין א צימער און ווען ער האט געהערט דאס גרודער פון א קאץ אינדרויסן האט ער געמיינט אז דאס קומט פון די חסידים וואס שטופן זיך ביים טיר צו קענען אריינקוקן זען ווי אזוי ער דאווענט, פלעגט ער זיך נאך מער איינוויקלען אין זיין טלית און דאווענען מיט התלהבות פאר די וואס קוקן אריין אין פענסטער, ביז דערווייל איז דער גרודער געקומען פון א קאץ... א שכן פלעגט אוועקשטעלן יעדן אינדערפרי א טעפל מילך און דער קאץ פלעגט ארום שפרינגען דארט אין חצר ביים טרינקען די מילך און פון דעם איז געקומען די רעש, קומט אויס אז די אלע יארן האט ער געדאווענט פאר א קאץ רחמנא לצלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בא, ג' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


געב אכטונג אויף דיין ווייב; טו איר נישט וויי און זיי איר נישט מצער. סתם זאגן טאג און נאכט: "איך האב דיר ליב" - מיינט נישט אז מען האט יענעם ליב; ווען מען שפירט יענעמ'ס ווייטאג, מען האט א געפיל פאר יענעם - דאס איז אמת'ע ליבשאפט.


דער הייליגער צדיק רבי משה לייב סאסובער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "איך האב זיך געלערנט אהבת ישראל פון א שיכור; ווען איך בין געווען אין א קרעטשמע און געהערט ווי א שיכור שרייט צו זיין חבר: 'איך האב דיר ליב', און יענער שרייט צוריק: 'אויב דו האסט מיר ליב, זאג מיר וואס באדערט מיר', און יענער שיכור שרייט ווייטער: 'איך האב דיר ליב', און דער חבר וואס איז אויך געווען גוט אנגעטרינקען שרייט צוריק: 'דו האסט מיר נישט ליב, ווייל דו ווייסט נישט וואס עס טוט מיר וויי, אז דו וועסט מיר זאגן וואס טוט מיר וויי, דעמאלט וועל איך וויסן אז דו האסט מיר ליב באמת', האט דער הייליגער רבי משה לייב זי"ע אויסגעפירט: 'ווען איינער שפירט א צווייטן, ער העלפט א צווייטן, דאס איז א סימן ער האט יענעם אמת'דיג ליב'".


גיי אהיים צו דיין ווייב, לאז זיך אפ פון גאסן-יונגען; אז דיין חבר האט נישט קיין שלום בית, עס איז אים נמאס צו זיין אין שטוב, ער זוכט מיט וועם צו פארברענגען ביינאכט - דארפסטו אים נאך נישט נאכטאנצן. דו האסט דאך יא א ווייב, זי ווארט אויף דיר, זי וויל א ברסלב'ע לעבן, זי וויל א לעבן אן ליצנות; פארשטיי איר, פארשטיי וואס עס שטערט איר, דאס מיינט אז דו האסט איר ליב, נישט סתם זאגן 'איך האב דיר ליב'.


וואו האלסטו מיט'ן דף גמרא? וואו האלסטו מיט משניות? איך ווארט אזוי שטארק צו הערן פון דיר אז דו לערנסט; דאס איז מיין גאנצע חיות, דאס געבט מיר כח ווייטער צו לערנען מיט בחורים, ווייטער מחזק זיין אנדערע; איך האף אז דו שטארקסט זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


איך שיק דיר א בריוו פאר דיין ווייב.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ג' פרשת בא, ג' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


שטארקטס אייך און שטארקטס אייער מאן; נוצט אייער כח זיך צו האלטן שטארק, נוצט נישט אייער כח זיך צו צעברעכן און צעברעכן אייער מאן.


שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב און א נארישע פרוי צעברעכט עס מיט אירע אייגענע הענט; א פרוי מיט שכל ווארט אפ איר מאן, זי שרייט נישט אויף אים, פארקערט, זי הייבט אויף זיין מוט און זי געבט אים גוטע ווערטער, בפרט ווען דער מאן מוטשעט זיך מיט פרנסה און ארבעט ביטער שווער, און ווען ער קומט אהיים איז ער אפגעמוטשעט, ווארט זי אים אפ מיט א שמייכל אזוי ווי די ערליכע פרויען האבן געטון אין מצרים, זיי האבן אויפגעשטעלט א כלל ישראל אין די שווערסטע אומשטענדן, און אזוי ווי די ערליכע פרויען טוען ביז'ן היינטיגן טאג, זיי ווארטן אפ זייערע מענער מיט א שמייכל און גוטע ווערטער.


אז עס איז אייך ביטער, איר שפירט ווי איר ווערט דערווארגן (געטשאוקט) פון אלעס וואס גייט אריבער אויף אייך, זאלט איר ווארטן ווען אייער מאן איז נישט אין שטוב און ווען די קינדער שלאפן אדער זענען אין חדר און אין סקול, דעמאלט זאלט איר נעמען א תהילים און זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, שמועסן מיט אים אויף אידיש, אים בעטן: "הייליגער באשעפער, איך שפיר ווי איך קען נישט מער, איך שפיר ווי איך פארליר מיין אטעם, עס איז מיר פינסטער וכו' וכו'", דערציילן אלעס פאר'ן אייבערשטן, אלעס וואס מען טראכט און וואס מען שפירט; דורכדעם וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.