מכתב יומי

א שבט תשפ

January 27 2020

[די ביינאכט בריוו איז בייגעלייגט צום סוף פון דעם בריוו]


 


בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


עס איז זייער וויכטיג צו האבן א גוטער חבר וואס מען איז זיך מחזק אינאיינעם מיט די עצות פון רבי'ן.


מוהרא"ש זאגט פשט אינעם מאמר חז"ל (סוכה נב.): "כָּל הַגָּדוֹל - מֵחֲבֵרוֹ", דאס וואס איינער איז זוכה צו ווערן אן ערליכער איד, ער איז א גדול; דאס קומט ווייל "מֵחֲבֵרוֹ", ער האט א גוטער חבר. און אזוי אויך פארקערט, "יִצְרוֹ גָּדוֹל - הֵימֶּנּוּ", דער וואס האט גרויסע נסיונות, ער האט א שטארקע יצר הרע, דאס איז ווייל ער האלט נאר פון זיך – "הֵימֶּנּוּ", ער האט נישט קיין גוטע חברים.


זוך אויף צווישן אנשי שלומינו א גוטער חבר און מיט אים זאלסטו זיך מחזק זיין, וועסטו זוכה זיין זיך צו דערהאלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


~~~~~~~~~~


 


בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת בא, ב' שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט באצאלן שכר לימוד. איך מוטשע זיך זייער, מיר זענען שולדיג פאר די מלמדים און טיטשערס אפאר וואכן געהאלט.


וואס קען איך טון, נישט אלע עלטערן צאלן שכר לימוד, מען איז מזלזל אין שכר לימוד. איך האב גרויס דרוק פון די חובות וואס ליגט אויף מיר, בעט איך דיר זייער זאלסט צאלן שכר לימוד און אז דו קענסט באקומען הילף פון די שטאט פאר שכר לימוד זאלסטו זיך אנשטרענגען דאס צו טון; פאר דיין טובה וועגן, פאר דיין עתיד.


מיינע אויגן זענען געוואנדן צום אייבערשטן.