מכתב יומי

ב שבט תשפ"ו

January 20 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר זענען שוין אין די דריטע וואך פון די ימי השובבי"ם, יעצט איז די צייט צו פאררעכטן אלעס; זאג יעדן טאג די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], די תיקון הכללי, דאס איז א תיקון פאר פגם הברית. און ווען דער הייליגער רבי האט מגלה געווען דעם תיקון הכללי האט דער רבי דערציילט א מעשה פון א פאנצער, אז ווען מען גייט אין מלחמה טוט מען זיך אן א פאנצער, דעמאלט אפילו מען שיסט אויפן מענטש טויטליכע פיילן גייט עס נישט אריין אינעם מענטש, נאר דער פאנצער באשיצט דעם מענטש, און די פיילן פאלן אראפ, און אפילו אין פאל דער פאנצער צעברעכט זיך און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט - וועט ער אויך ווערן געראטעוועט וכו'.


אין דעם ליגט באהאלטן דער סוד פונעם תיקון הכללי, און יעדער איינער וואס זאגט די צען קאפיטלעך תהילים וואס דער הייליגער רבי האט מתקן געווען - ווערט באשיצט מיט דעם אזוי ווי א פאנצער, די פיילן קענען נישט אנקומען צו אים צוליב דעם פאנצער; דאס הייסט אז אפילו דער מענטש האט געזינדיגט חס ושלום וועט עס נישט אריינגיין אין זיין נשמה, צוליב דעם פאנצער - דעם תיקון הכללי, און אפילו דער פאנצער צעברעכט זיך און דער מענטש ווערט גע'הרג'עט וועט ער אויך ווערן געראטעוועט וכו'; דאס הייסט אז דער תיקון הכללי איז אזוי גרויס אז עס וועט אים ראטעווען פון אן אייביגע מיתה, ער וועט נאכאמאל מגולגל ווערן וכו'.


דער רבי האט געזאגט מען זאל נישט מגלה זיין די גאנצע מעשה, אבער דער חלק פון די מעשה האט מוהרא"ש מגלה געווען, צו ווייזן דאס גרויסקייט פון פאלגן צדיקים (עיין ספר פעולת הצדיק, סימן תתצז).


טו נישט אויס דיין תפילין נאר נאכן זאגן די צען קאפיטלעך תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.