מכתב יומי
א שבט תשפ"ו
January 19 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
זיי שטארק אין גיין יעדן טאג אין מקוה, יעצט אין די שובבי"ם טעג ווען מען קען פאררעכטן פגם הברית - דארף מען געדענקען אז דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קמא): "די ערשטע תיקון איז מקוה"; ווייל דורך מקוה ווערט אלעס פארראכטן, און אפילו מען האט געזינדיגט אין פגם הברית רחמנא לצלן, דורך מקוה קען מען דאס מתקן זיין.
רבי נתן האט געזאגט, מען זעט ביי די מעשה ווען מען איז געקומען דערציילן פאר עזרא הסופר אז אידישע קינדער פאלן נעבעך אין עבירות, מען האט חתונה רחמנא לצלן מיט גוי'אישע ווייבער, האט עזרא אנגעהויבן שרייען צום אייבערשטן (עזרא ט, ו): "בֹּשְׁתִּי וְנִכְלַמְתִּי לְהָרִים אֱלֹקַי פָּנַי אֵלֶיךָ", איך שעם זיך פון דיר אייבערשטער, איך שעם זיך אויפצוהייבן מיין קאפ, און נאכדעם שטייט: "וַיַּעַן שְׁכַנְיָה בֶן יְחִיאֵל וְכוּ', אֲנַחְנוּ מָעַלְנוּ" וְכוּ', וְעַתָּה יֵשׁ מִקְוֶה לְיִשְׂרָאֵל", עס איז דא א וועג דאס צו פאררעכטן, און די פסוק כאפט אן א לשון פון מקוה, ער כאפט נישט אן א לשון יש עצה, יש דרך, יש ענין, נאר יש מקוה, צו ווייזן אז דורך מקוה קען מען אלעס פאררעכטן, 'יֵשׁ מִקְוֶה לְיִשְׂרָאֵל' דורך מקוה איז דא א האפענונג פאר יעדן אינעם אפילו מען איז דורכגעפאלן מיט די ערגסטע עבירות.
מוהרא"ש ברענגט אין די בריוו אז דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אז ער איז צוגעקומען צו זיינע מדריגות ווייל ער איז געווען זייער נזהר צו גיין אין מקוה יעדן טאג. אזוי אויך איז באוואוסט וואס דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען - קען קיין שום אנדערע מצוה נישט צוברענגען".
כאפ אריין א בלאט גמרא; אין דיינע פארנומענע טעג, אין דיינע טויזנט זאכן וואס דו דארפסט ערלעדיגן - זאלסטו כאפן די הייליגע גמרא און גורס זיין די בלאט גמרא, מאך נישט חשבונות פון היינט, מארגן, נעכטן, איבער מארגן; מאך יעצט אויף די גמרא. דער רבי זאגט ווער עס לערנט גמרא טוט אים די בלאט באשיצן (ספורי מעשיות מעשה ז, מזבוב ועכביש).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.