מכתב יומי
ב תמוז תשע"ח
June 15 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס איז א גרויס רחמנות אויף דיר אז דיין גאנצע קאפ איז נאר אריין געטון אין געלט; דו הערסט נישט אויף צו טראכטן פון געלט, פון קויפן הייזער און פון האבן נאך נכסים. קוק וואס דער תנא זאגט (אבות ב, ז): "מַרְבֶּה נְכָסִים - מַרְבֶּה דַאֲגָה", א מענטש וואס פארמאגט אסאך פארמעגן האט אסאך דאגות; ווי מער א מענטש ווערט נאכגעשלעפט נאך געלט אלץ מער פארגעסט ער פונעם אייבערשטן, מען לעבט א פינסטערע לעבן און מען איז קיינמאל נישט צופרידן.
לאמיר זען וואס דער רבי זאגט וועגן נאכלויפן געלט. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כג): "וְאֵלּוּ בְּנֵי אָדָם הַנּוֹפְלִים בְּתַאֲוֹות מָמוֹן", די אלע מענטשן וואס לויפן נאך געלט און טראכטן נאר פון געלט, "וְאֵינָם מַאֲמִינִים שֶׁהַקָּדוֹש בָּרוּךְ הוּא, יָכוֹל לְפַרְנֵס אֶת הָאָדָם בְּסִבָּה קַלָּה", זיי גלייבן נישט אז דער אייבערשטער קען זיי העלפן און וועט זיי העלפן, "וְרוֹדְפִים אַחַר פַּרְנָסָתָם בִּיגִיעוֹת גְּדוֹלוֹת", נאר זיי לויפן נאך די געלט מיט אלע כוחות, "וְהֵם אוֹכְלֵי לֶחֶם בְּעִצָּבוֹן", די זענען שטענדיג בעצבות, "אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם נִקְשָׁרִים בְּפָנִים דְּסִטְרָא אָחֳרָא - אֱֹלהִים אֲחֵרִים", זיי זענען נעבעך צוגעבינדן צו די סטרא אחרא, "חֹשֶׁךְ, בְּחִינַת מִיתָה", עס איז זיי שטענדיג פינסטער, זיי לעבן א טויטע לעבן.
עס איז כדאי דו זאלסט לערנען דעם תורה און זען וואס דער רבי זאגט דארט, אין וואסערע גרויסע סכנה די מענטשן וואס ליגן אין תאוות ממון געפונען זיך; דער רבי זאגט דארט: "כִּי רֹב הָעוֹלָם נִלְכְּדוּ בָּזֶה - הַיְנוּ בְּתַאֲוַות מָמוֹן", רוב וועלט איז געכאפט נעבעך אין דעם קללה פון נאכלויפן און טראכטן א גאנצן צייט פון געלט, "וְהַמָּמוֹן הוֹרֶגֶת וּמֵמִית אוֹתָם", ביז זיי שטארבן פון נאכלויפן געלט. און דער רבי פירט אויס: "וְאִי אֶפְשָׁר לְהִנָּצֵל מִזֶּה, כִּי אִם עַל יְדֵי הַצַּדִּיק", מען קען נישט געראטעוועט ווערן פון דעם נאר דורך דעם צדיק.
ווער עס האט נאר אביסל טועם געווען דעם הייליגן רבי'ן - דער טראכט שוין נישט פון געלט; ער לויפט נישט נאך קיין מענטשן וואס האבן געלט און זיכער רעדט ער נישט אזוי פיל פון געלט.
דער רבי האט דערציילט אין די מעשה פונעם בעל תפילה (סיפורי מעשיות, מעשה יב) אז די תאוה פון געלט איז נאך ערגער פון אלע תאוות. אזוי ווי דער גיבור האט געזאגט פארן בעל תפילה: "איך האב געהערט פונעם קעניג אז פון אלע תאוות קען מען ארויס נעמען דעם מענטש חוץ א מענטש וואס איז אריין געפאלן אין תאוות ממון", אזוי אויך האט דער בעל תפילה געזאגט: "נאך אלץ ווילט איר געלט? פון געלט זאלט איר מיט מיר נישט שמועסן".
מוהרא"ש זאגט (נהרי אפרסמון, עמוד תקי): וּצְרִיכִים לְשַׁנֵּן דָּבָר זֶה הַרְבֵּה מְאֹד "שֶׁעֲשִׁירִים הֵם מְשֻׁגָּעִים וּמְטֹרָפִים", מען דארף דאס שטענדיג חזר'ן, אז אלע עשירים זענען משוגעים און מטורפים, "וּמִי שֶׁחוֹנֵף אוֹתָם מַרְאֶה שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל", און ווער עס חנפ'ט זיי ווייזט אז ער האט בכלל נישט קיין אמונה.
אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן, און מיר זענען פון דעם בעל תפילה'ס לייט וואס ער חזר'ט מיט אונז די הייליגע לויטערע אמונה אז געלט איז גאר קיין תכלית נישט, און געלט העלפט נישט און קען ניטאמאל העלפן, אדרבה, דורך געלט האט מען א מפלה.
עס איז כדאי צו פארן קיין יבניאל און גיין קוקן דעם בית המדרש וואס מוהרא"ש האט געבויט. מוהרא"ש האט געשריבן אויפן טיר פונעם בית המדרש די ווערטער: "הַבַּעַל תְּפִילָּה אָמַר :עֲדַיִן אַתֶּם רוֹצִים מָמוֹן? מִמָּמוֹן לֹא תְּדַבְּרוּ כְּלָל", אין אידיש: "דער בעל תפילה האט געזאגט: נאך אלץ ווילט איר געלט? פון געלט זאלט איר מיט מיר נישט שמועסן"; ווען איך גיי קיין יבניאל גיי איך קוקן דעם טאוול, דאס ברענגט אין מיר אריין א שטארקע התעוררות, זעענדיג ווי שטארק מוהרא"ש האט געוואלט מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן, און ווי שטארק מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות אן קיין חכמות און אן קיין דריידלעך.
קוק וואס דער חכם מכל אדם בעט דעם אייבערשטן (משלי ל, ז-ח): "שְׁתַּיִם שָׁאַלְתִּי מֵאִתָּךְ, אַל תִּמְנַע מִמֶּנִּי בְּטֶרֶם אָמוּת", צוויי זאכן בעט איך פון דיר אייבערשטער, וואס דו זאלסט נישט צוריק האלטן פון מיר ווי לאנג איך לעב, "רֵאשׁ וָעֹשֶׁר אַל תִּתֶּן לִי", איך וויל נישט זיין קיין עושר און נישט קיין ארימאן, "הַטְרִיפֵנִי לֶחֶם חֻקִּי", געב מיר פרנסה איך זאל מיך קענען מפרנס זיין, "פֶּן אֶשְׂבַּע וְכִחַשְׁתִּי וְאָמַרְתִּי מִי ה'", אבער געב מיר נישט קיין עשירות, ווייל אויב איך וועל האבן צופיל געלט וועל איך לייקענען אינעם אייבערשטן; זעט מען וואסערע סכנה עס איז נאכצולויפן געלט.
איך שרייב דיר דאס אלעס, ווייל עס עקלט מיר יעדעס מאל צו זען ווי ביי אונז אין היכל הקודש זאל מען שמועסן פון עשירים און רעדן פון געלט; אנשטאט זיצן אין שמועסן פון דעם עושר און פון יענעם עושר דארפן מיר רעדן פונעם אייבערשטן, וואס (דברי הימים-א כט, יב): "וְהָעֹשֶׁר וְהַכָּבוֹד מִלְּפָנֶיךָ", די גאנצע געלט און די גאנצע כבוד באלאנגט פארן אייבערשטן, "וְאַתָּה מוֹשֵׁל בַּכֹּל", און דער אייבערשטער איז דער בעל הבית פון אלעס, "וּבְיָדְךָ כֹּחַ וּגְבוּרָה", אין זיין האנט ליגט די כח און די שטארקייט, "וּבְיָדְךָ לְגַדֵּל וּלְחַזֵּק לַכֹּל", אין זיין האנט ליגט די מעגליכקייט צו שטארקן אלעמען און צו גרויסן אלעמען; פון דעם דארפן מיר רעדן א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט. נאר פון אמונה, פון היייליגן רבי'ן וואס נאר ער קען אונז ארויס נעמען פון די דמיון פון געלט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כג): "וְאִי אֶפְשָׁר לְהִנָּצֵל מִזֶּה, כִּי אִם עַל יְדֵי הַצַּדִּיק", מען קען נישט געראטעוועט ווערן פון דעם נאר דורכן צדיק.
געב גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, מאך איר פרייליך און זוך די גוטס אין איר, זיי נישט אזוי פארמאכט; טראכט נישט אז ווען דו וועסט האבן געלט וועסטו האבן א בעסערע שלום בית, שלמה המלך זאגט אנדערש (משלי יז, א): "טוֹב פַּת חֲרֵבָה וְשַׁלְוָה בָהּ, מִבַּיִת מָלֵא זִבְחֵי רִיב", עס איז בעסער און געשמאקער צו עסן א הארטע שטיקל ברויט מיט שלום און ליבשאפט, ווי צו עסן טייערע סעודות מיט מחלוקות אן קיין ליבשאפט.
"זיי קלוג - נישט גערעכט"; דאס איז וואס מוהרא"ש האט מיט אונז שטענדיג גע'חזר'ט. זוך נישט צו זיין גערעכט, זיך נישט צו אויפווייזן אז זי איז נישט גערעכט, זיי מקיים וואס דוד המלך זאגט (תהלים לד, טו): "בַּקֵּשׁ שָׁלוֹם וְרָדְפֵהוּ", זוך שלום און לויף נאך שלום.
דער צדיק לערנט אונז אז מיר זאלן ארויס גיין פון אונזער וועג צו מאכן שלום. אזוי ווי מיר געפונען אין די וואכעדיגע סדרה אז משה רבינו האט זיך פארשעמט און אראפגעלאזט, ער איז געגאנגען צו דתן און אבירם די צוויי גרויסע רשעים און אפיקורסים - נאר כדי צו מאכן שלום, אזוי ווי עס שטייט (במדבר טז, יב): "וַיִּשְׁלַח מֹשֶׁה לִקְרֹא לְדָתָן וְלַאֲבִירָם בְּנֵי אֱלִיאָב", ברענגט רש"י אראפ וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קי.): "אָמַר רֵישׁ לָקִישׁ, מִכָּאן שֶׁאֵין מַחְזִיקִין בְּמַחְלוֹקֶת", פון דא לערנט מען ארויס אז מען טאר נישט אנהאלטן א מחלוקת; אזוי ווי מען זעט אז משה רבינו האט זיך אראפ געלאזט צו די רשעים און פרובירט צו רעדן מיט זיי וויפיל עס איז געווען מעגליך, אבי מען זאל זיך נישט קריגן.
אז משה רבינו האט זיך אזוי אראפגעלאזט און זיך מבזה געווען אבי עס זאל זיין שלום איז דאך זיכער אז מיר פשוט'ע מענטשן דארפן זוכן ווי מען קען לעבן בשלום, און קל וחומר מיט די ווייב, וואס דער אייבערשטער זאגט (סוכה נג:): "יִמָּחֶה שְׁמִי עַל הַמָּיִם", מעקט אויס מיין נאמען כדי עס זאל זין שלום צווישן מאן און ווייב, איז דאך זיכער אז מען דארף אויס מעקן די אייגענע גאוה און כבוד צו לעבן בשלום מיט די ווייב.
איך בעט דיר מיין טייערער ליבער תלמיד ..., הייב אן לעבן מיט אמונה און הער אויף נאכלויפן געלט; טראכט נישט א גאנצן טאג פון געלט דורכדעם וועסטו ווערן פרייליך, און אז דו וועסט זיין פרייליך וועסטו פרייליך מאכן דיין ווייב.
בוי אויף דיין ווייב און מאך איר פאר א כלי; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי", א פרוי ווערט איינס מיטן מאן נאר אויב ער מאכט ער פאר א כלי; ווי מוהרא"ש איז דאס מסביר, אז אויב מען בויט אויף די ווייב, מען מאכט איר פאר א גאנצע כלי, דעמאלט איז דא שלום בית, און דעמאלט רוט די שכינה אין שטוב.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ט, ח): "אִי אֶפְשַׁר לְאִישׁ בְּלֹא אִשָּׁה, וְאִי אֶפְשָׁר לְאִשָּׁה בְּלֹא אִישׁ, וְאִי אֶפְשָׁר לִשְׁנֵיהֶן בְּלֹא שְׁכִינָה". א מאן קען נישט זיין אן א ווייב, און א פרוי קען נישט זיין אן א מאן, און ביידע פון זיי - דער מאן מיט זיין ווייב - קענען נישט זיין אנעם אייבערשטן.
דאס איז וואס מוהרא"ש האט מיט אונז גע'חזר'ט פופציג יאר נאכאנאנד, און דאס איז וואס תלמידי היכל הקודש חזר'ן ווייטער, אז "געלט איז גאר קיין תכלית נישט; עס איז דא איין תכלית אויף דער וועלט, נאר צו דינען דעם אייבערשטן", און אויך חזר'ן מיר ווייטער אז מען זאל נישט זוכן צו זיין גערעכט.
א פרייליכן שבת.