מכתב יומי

א תמוז תשע"ח

June 14 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע משפחות וואס קומען אין מחנה היכל הקודש ברסלב מאנטיסעלאו, כל אחד בשמו הטוב יבורך.


אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלינו אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, און טאקע אשרינו אז מיר האבן א פלאץ פאר אונזערע קינדער וואו מען קען זיי אויפברענגען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מיט תפילה והתבודדות להשם יתברך, זיי וואקסן אויף פון זייער יוגענט אן אז עס איז דא איין אדרעס וואו זיך צו ווענדן ווען מען האט א צרה - נאר צום אייבערשטן.


איך פריי מיך זייער שטארק אז איר קומט זוממער אין קעמפ; אמת, עס קאסט אסאך געלט, אבער ווען מען קוקט מיט אן אמת'ער אויג וואס מען באקומט אלץ ביים רבי'ן בכלל, ובפרט זוממער ווען מען איז צוזאמען די צען וואכן, איז דאס בכלל נישט קיין טייערע פרייז אויף וואס מען וואלט ווען באמת געדארפט צאלן. א מענטש וואלט אוועק געגעבן זיין גאנצע געלט מען זאל אים געבן לעבן, מען זאל אים אויסלערנען שלום בית, מחזק זיין אנצוהייבן נאכאמאל און אנכאמאל וכו' וכו'.


איך וויל זייער בעטן אלע משפחות וואס קומען אין קעמפ אז מען זאל אנטון די קינדער צניעות'דיג; צניעות הייבט זיך נישט אן אויף דער עלטער, צניעות איז פון קינדווייז אן. איך וויל קענען שטאלצירן פאר מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז מיר האבן א קהלה וואס פירט זיך מיט קדושה וטהרה.


וויסן זאלט איר אז צניעות איז נישט קיין קנס אדער א תקנה פונעם מוסד וואס מען מוז אויספאלגן, און מען טוט דאס נאר אין די שעות וואס מען שיקט די קינד אינעם מוסד אבער אין שטוב קען מען זיין נישט צניעות'דיג; צניעות איז א מתנה פונעם אייבערשטן, צניעות ברענגט ארויס די ווערד פונעם מענטש. א חי' האט נישט קיין שום ווערד (Value), ממילא איז נישט שייך ביי זיי קיין צניעות, אזוי אויך זעט מען ביי די גוים אז זיי גייען אויסגעטון ממש ווי די חיות, ווייל זיי זענען נישט מער ווי א חי', אזוי ווי דער נביא זאגט (יחזקאל כג, כ): "אֲשֶׁר בְּשַׂר חֲמוֹרִים בְּשָׂרָם", א גוי איז גלייך צו אן אייזל; ביי זיי איז נישט דא קיין חשיבות, אבער מיר אידישע קינדער וואס די תורה רופט אונז אן מענטשן, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לד, לא): "וְאַתֵּן צֹאנִי צֹאן מַרְעִיתִי, אָדָם אַתֶּם אֲנִי אֱלֹקֵיכֶם", זאגן חכמינו הקדושים (יבמות סא.): "אַתֶּם קְרוּיִם אָדָם", מיר אידן ווערן אנגערופן מענטשן, "וְאֵין אֻמּוֹת הָעוֹלָם קְרוּיִם אָדָם", אבער די גוים ווערן נישט אנגערופן מענטשן; ממילא איז ביי זיי נישט שייך די גאנצע מצוה פון צניעות.


צניעות איז א זאך וואס ברענגט ארויס ווער דער מענטש איז, צניעות איז דער פענע פונעם הארץ; קיינער זעט נישט וואס טוט זיך אין א צווייטנס מח, מען קען נישט זען פון אינדרויסן וואס טוט זיך אין א צווייטנס הארץ, מען קען אבער זען ווי אזוי יענער פירט זיך, מען זעט ווי אזוי יענער טוט זיך אן; דער וואס איז איידל און טייער געבט אכטונג ווי אזוי מען גייט אנגעטון און ווי אזוי מען פירט זיך וכו' וכו', מה שאין כן דער וואס פירט זיך נישט בצניעות ווייסט מען וואס טוט זיך אפ ביי יענעם השם ישמרינו.


דעריבער בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים, מיר קומען אין קעמפ פאר איין ציל: זיך צו שטארקן מיט אמונה און יראת שמים, מיר זאלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון אלע שלעכטס. בעט איך אייך, פירט אייך איידל, געדענקט וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


צניעות איז נישט נאר צווישן מענער, צניעות גייט אויך אן אין שטוב און אויך ווען מען איז נאר צווישן פרויען, ווי למשל ביים שווימען; דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו שרייבט אז א פרוי טאר נישט שווימען מיט א 'בעידינג סוט' ווייל עס איז א בגד של פריצות. דארף מען זייער אכטונג געבן אויף דעם, און איך פארלאנג פון יעדע פרוי וואס וויל שווימען ביי אונז אין קעמפ צו שווימען דוקא מיט א שווים קלייד; זאג נישט עס איז שווער צו שווימען מיט א קלייד, ווייל אסאך זאכן זענען שווער, די שווערסטע זאך איז זיך מוטשען מיט קינדער וואס וועלן אנטלויפן פון אידישקייט, מען זאל אפגעהיטן ווערן וואס עלטערן מאכן מיט השם ישמרינו. נעם דעם רבינ'ס ברכה אויף ערליכע קינדער, און אז מען טראכט פון ערליכע קינדער איז גארנישט שווער, אז מען טראכט וואס גייט זיין אין יארן ארום מיט מיין משפחה, וועלן זיי זיין וואויל אין טייער? וועלן זיי זיין אפגעהיטן פון שלעכטס? דעמאלט פאלן אוועק אלע שוועריקייטן.


איך קוק ארויס א גאנץ יאר אויף די זומער וואכן; פאר מיר איז דאס ממש ווי 'גן עדן'. מען זיצט צווישן די ביימער, צווישן די גראז און מען איז זיך מתבודד צווישן זיי; "ווי וואויל און ווי גוט איז צו רעדן צום אייבערשטן צווישן די גראז" - אזוי האט דער רבי געזאגט פאר זיין טאכטער.


דעריבער בעט איך ענק אלע מיינע טייערע תלמידים, מאכט מיר א נחת רוח און פירט אייך איידל, פירט אייך מיט ליבשאפט איינער צום צווייטן, לאמיר האבן א ווינקעלע אן קיין שום מחלוקת, אן קיין שום שנאה איינעם צום צווייטן. די פרויען וואס זיצן אין שמועסן זאלן נישט שמועסן אויף אנדערע מענטשן שלעכטס; שמועסט געזונטערהייט, אבער שמועסט פון רבי'ן, שמועסט ווי גליקליך מיר זענען, פארברענגט און האט הנאה ביז שפעט אויפדערנאכט, אבער נישט בארעדן א צווייטן חס ושלום.


עס גייט מיר אין לעבן מיר זאלן לעבן מיט ליבשאפט; איך האב ליב יעדן איד, בפרט מיינע ליבע תלמידים און איך וויל איר זאלט אויך ליב האבן איינער דעם צווייטן; ר' נתן האט געזאגט: "ווען איך זע צוויי 'טרעגערס' קריגן זיך, שטעכט עס מיר ביי די זייט"; מיר שטעכט אויך ווען איך זע ווי מען קריגט זיך, עס שטעכט מיר ביז מיין הארץ.


איך קען נישט פארגעסן א מראה נורא וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש; איך האב זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה צוזאמען מיט מוהרא"ש צען יאר, פון שנת תשס"ו - וואס איז געווען מיין ערשטע ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן. איך האב נישט זוכה געווען צו הערן קיין תקיעת שופר דרשה פון מוהרא"ש, די לעצטע צען יאר האט מוהרא"ש נישט געגעבן קיין דרשה פאר שופר בלאזן, חוץ צוויי מאל האט מוהרא"ש גערעדט פאר בלויז צוויי מינוט, אבער מיט אזא געוויין... ווען איך דערמאן זיך נאר פון דעם וויין איך; מוהרא"ש האט געוויינט און געזאגט: "איך האב נישט קיין כח צו רעדן, אבער איין זאך וויל איך אייך בעטן, ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד דא אין בית המדרש בעט איך אים ער זאל ארויס גיין פון בית מדרש" - מוהרא"ש האט געוויינט, קוים וואס ער האט געקענט רעדן - "איך וויל האבן ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקת אן קיין שנאה איינער אויפן צווייטן", יעדער וואס האט זיך געפונען אין שול האט תשובה געטון און זיך איבערגעבעטן איינער מיטן צווייטן. מען האט געזען וואס מוהרא"ש וויל באמת, ווי עס גייט אים אין לעבן מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי ווי ער שרייבט אין די לעצטע בריוו וואס ער האט געשריבן אין שפיטאל אפאר שעה פארן הסתלקות, פאר די אינגעלייט: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט". דאס זעלבע בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים ותלמידות, איך וויל ווייזן פאר מוהרא"ש: "רְאֵה בָּנַי שֶׁגִּדַּלְתִּי", קוק ווי מיר האבן א ריינע ד' אמות, מיר קריגן זיך נישט, מען זוכט נאר דאס גוטס איינער אויפן צווייטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין זיך צו גרייטן צו די הייליגע טעג ווי עס דארף צו זיין; די דורשי רשומות זאגן אז תמוז איז די ראשי תיבות: זְ'מַנֵּי תְּ'שׁוּבָה מְ'מַשְׁמְשִׁין וּ'בָאִין", די טעג פון תשובה קומען שוין נענטער און נענטער; נאך אביסל פארן מיר צום הייליגן רבינ'ס ציון זיך אויסבעטן א זיסע יאר, א גליקליכע יאר. 'כִּי כָל לֵבָב דְּוָי וְכָל רֹאשׁ לְחֳלִי', יעדנס הארץ איז פארווייטאגט און יעדנס קאפ טוט וויי; אידישע קינדער גייען אריבער זייער אסאך שוועריקייטן; וויפיל אידישע קינדער דארפן רפואות; וויפיל אידישע קינדער ווארטן צו געהאלפן ווערן מיט קינדער, פרנסה, נחת, וכו'; ביים רבי'ן וועלן מיר אויס'פועל'ן פאר אונז און פאר אלע אידן ישועות און רפואות. דעריבער איז ממש פאסיג צו זיין די פאר וואכן אינדרויסן פון שטאט צוזאמען אנשי שלומינו, מיר וועלן זיך העלפן איינער דעם צווייטן און זוכן דאס גוטס איינער ביים צווייטן.


ברוך ה' ביים רבי'ן איז נישט דא קיין זיך אהערשטעלן פאר א שכן; מען גייט אנגעטון ווי מען גייט אנגעטון, אזוי ווי דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יב, מבעל תפילה) דער בעל תפילה האט נישט געקוקט אויף קליידער, נאר ווי אזוי מען גייט אנגעטון גייט מען אנגעטון; ביי אונז איז פארקערט ווי ביי די וועלט, איינער וואס קומט מיט רייכע קליידער אנגעטון פאר די קינדער קוקט מען נישט ארויף, מען קוקט זיי אן ווי א רחמנות וואס מען דארף אויך מקרב זיין. עס איז נישט דא קיין רייץ צווישן די פרויען ווער עס קען גיין מער טייער וכו'. איך האף אז עס וועט זיין אזוי אויך דאס יאר, מען וועט אנטון די קינדער פשוט, נישט סטייליש, וועלן מיר זוכה זיין אויפצושטעלן ערליכע אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.