מכתב יומי

ב תמוז תשפ

June 24 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


וויסן זאלסטו אז דאס גרויסקייט פון א איד רעכנט זיך לויט וויפיל ער דערהאלט זיך, וויפיל ער שטארקט זיך.


דער זוהר הקדוש זאגט (הקדמה, ד.): יעדן טאג גייט ארויס א בת קול פון הימל וואס רופט אויס: "מָאן מִנְכוֹן דִּי חֲשׁוֹכָא מְהַפְּכָן לִנְהוֹרָא, וְטָעֲמִין מְרִירָא לְמִתְקָא עַד לָא יֵיתוֹן הָכָא", ווער פון אייך קען איבערדרייען און מאכן פון טונקל - ליכטיג און פון ביטער - זיס? "מָאן מִנְּכוֹן דִּמְחַכָּאן בְּכָל יוֹמָא לִנְהוֹרָא דְנָהִיר וכו'" ווער ווארט יעדן טאג אז עס זאל ליכטיג ווערן? - דער מענטש וועט האבן א חלק לעולם הבא; ווייל ווען א מענטש איז זוכה און ער מאכט פון זיין ביטער לעבן א זיס לעבן און פון זיין טונקלקייט - ליכטיג, ווייל ער ווייסט אז אין די טונקלקייט איז באהאלטן דער אייבערשטער און אין די ביטערניש איז באהאלטן דער זיסער באשעפער - דער איז א צדיק און ער איז זוכה צו עולם הבא.


פארליר זיך נישט פון וואס עס גייט יעצט אריבער, מען פרואווט דיר יעצט אויס צו זען וואס דו טוסט אין א שווערע צייט, צו וועמען דו וועסט זיך ווענדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


~~~~~~~~~~


בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת קרח, ג' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר און איך וועל דיר אזוי לאנג בעטן ביז איך וועל עס פועל'ן ביי דיר - ברענג נישט אריין א טעלעפאן אין שטוב, האלט דיין שטוב ריין. איך ווייס אז דו ביסט זייער קלוג און דו ווייסט וואס דו האסט צו טון, אבער איך בעט זיך ביי דיר: פאלג; פאלג מוהרא"ש, פאלג ערליכע אידן; נעם נישט קיין טעלעפאן אין שטוב. עס איז נישט ווערד די גאנצע ביזנעס אויב מען קען זיך נישט אפשיידן פון דעם אויף די פאר שעה וואס מען איז אין שטוב מיט די ווייב און קינדער.


איך גלייב אז מיינע ווערטער וועלן דיר אריין גיין אין הארץ, ווייל איך שרייב דיר עס פון מיין הארץ; עס בלוטיגט מיר מיין הארץ צו זען ווי אזוי שטובער גייען צוגרינד.