מכתב יומי

ט תמוז תשפ

July 01 2020

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת-בלק, ט' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 לכבוד ... ... נרו יאיר.


חסדי השם יתברך, מיט גרויסע ניסים האלטן מיר אינמיטן מסדר זיין א פלאץ פאר די בחורים זיי זאלן קענען זיין זומער צווישן די בערג אין א ריינע פלאץ.


דאס יאר וועט זיין די צוועלפטע זומער וואס מיר האבן די ישיבה צווישן די בערג, עס ווייזט זיך אויס אז זיין אין קעמפ מיט די בחורים תלמידי היכל הקודש - איז זייער א גרויסע זאך, ווייל עס קומט מיר אן זייער שווער צו טרעפן יעדן זומער א פלאץ פאר די בחורים, קינדער, אינגלעך און מיידלעך וכו', דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי שווער עס קומט מיר אן יעדע זומער.


איך בין שוין אין שטעטל, איך וועל זיין דארט פאר'ן זומער; עס וועט זיין יעדן טאג שיעורים סיי אין גמרא און סיי אין התחזקות פון הייליגן רבי'ן.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך נישט לאזן נארן, געדענק וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מֵאִתִּי, שֶׁלֹּא לְהַנִּיחַ עַצְמוֹ לְהָעוֹלָם לְהַטְעוֹת", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן.


כאפ ארויס אינמיטן דיין טאג, אינמיטן די ארבעט - אביסל תורה, אביסל התבודדות; וואס וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט? נאר דאס ביסל תורה, תפילה וגמילות חסדים; נאר דאס וועט אונז באגלייטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ט): "אֵין מְלַוִּין לוֹ לָאָדָם לֹא כֶסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָּא תוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבַד".


איך בענק זיך שוין נאך דיר; איך בין ערשט יעצט אוועק געפארן פון שטאט און שוין בענק איך זיך נאך דיר. איך ווארט און איך האף אז דו וועסט זיך ארויס כאפן מזמן לזמן אינעם שטעטל קרית ברסלב, זיך אויפפרישן מיט די עצות און חיזוק פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.