מכתב יומי

ג אייר תשע"ח

April 18 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר טהרה, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו האסט קינדער דארפסטו אכטונג געבן אויף זיי; גוטע קינדער נעמט מען נישט אראפ פון בוים. אויב מען וויל זוכה זיין צו גוטע קינדער דארף מען אכטונג געבן אויף זיי ווען זיי זענען נאך יונג.


מוהרא"ש זאגט, דאס וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן נד): "עַל יְדֵי חֲנוּכָּה וְנֵר שַׁבָּת הֲוֵי לֵהּ בָּנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", דורך נר שבת און נר חנוכה איז מען זוכה צו קינדער תלמיד חכמים; דאס מיינט צו זאגן אויב עלטערן אינטערעסירן זיך וואס דער קינד טוט, מיט וועם דער קינד חבר'ט זיך וכו' וכו', דאן וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע קינדער. אזוי ווי מיר געפינען (פסחים ז:): "חִפּוּשׂ מִנֵּרוֹת, וְנֵרוֹת מִנֵּר", מען לערנט ארויס אז מען זוכט אויף א זאך פון נרות; אז מען זוכט נאך די קינדער און מען קוקט זיי נאך מיט וועם זיי חבר'ן זיך, מען געבט אכטונג וואו זיי גייען וכו', דעמאלט איז מען זוכה צו קינדער תלמידי חכמים, דאס איז פשט וואס דער רבי זאגט: "עַל יְדֵי חֲנוּכָּה וְנֵר שַׁבָּת הֲוֵי לֵהּ בָּנִים תַּלְמִידֵי חֲכָמִים", אז מען זוכט נאכן קינד מיט וועם ער דרייט זיך וכו' וכו', דורכדעם איז מען זוכה צו גוטע קינדער.


ליידער זענען דא היינט אסאך פארדארבענע מענטשן, עס דרייען זיך ארום קראנקע מענטשן וואס זוכן קינדער און בחורים, זיי זוכן אומשולדיגע קרבנות וועם מכשיל צו זיין אין עבירות; דערפאר ליגט א חובת השעה אויף עלטערן צו רעדן צו די קינדער פון קדושת הברית. מען דארף רעדן צו די קינדער קלאר און דייטליך - אן קיין רמזים - אז מען דארף זיין הייליג; מען דארף זיי זאגן וואס הייליג מיינט, הייליג מיינט היטן דעם אות הברית, אז מען טאר נישט לייגן די הענט אויפן אות ברית קודש, און מען דארף היטן די אויגן וכו', און זיכער טאר דיר קיינער נישט אנרירן אויפן אות ברית קודש. אויב איינער רופט דיר אין א זייט און כאפט דיר אן אויף דעם פלאץ וכו' דארפסטו קומען פארציילן, זאלסט נישט מורא האבן צו קומען דערציילן אפילו ווען יענער ווארפט אויף דיר א פחד אז דו זאלסט נישט דערציילן.


פארשטייט זיך אז ווען מען רעדט צו קינדער, בפרט קליינע קינדער, טאר מען זיי נישט דערשרעקן, מען דארף רעדן צו זיי נאטורליך און זיכער; נישט קעקעצן און אזוי אויך נישט מורא האבן אויב זיי וועלן פרעגן שאלות און מען וועט נישט וויסן וואס צו ענטפערן. מען זאגט זיי קלאר: "דא טאר מען נישט לייגן די הענט", פארוואס? פארווען? "ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געזאגט"; "אויב איינער כאפט דיר דא אן זאלסטו פארציילן פאר טאטי אדער פאר מאמי".


אויך צו די מיידלעך דארף מען רעדן פון קדושה; מען דארף זיי אנזאגן אז ווען זיי גייען צו א חבר'טע אדער משפחה, דארפן זיי געדענקען און וויסן אז קיינער קען זיי נישט אנרירן אויף נישט אן איידעלע פלאץ און זיי זאגן פינקטלעך ווי וכו', קיינער מיינט קיינער, און ווען זיי שפילן מיט חבר'טעס זאלן זיי זיך פירן איידל, נישט שפילן דער שפיל וואס רופט זיך דאקטער, א שפיל וואס מען טוט זיך אויס וכו', און נישט שלאפן מיט א חבר'טע וכו'.


איך ווייס אז עס איז א שווערע זאך צו רעדן דערפון; עס איז אסאך גרינגער נישט אריין צו גיין אין דעם שמועס וכו', אבער אויב מען רעדט נישט מיט זיי וועט זיין זייער שווער שפעטער ווען עס וועט פאסירן חס ושלום עפעס שלעכטס, ווען א מניוול נעמט א קינד און טוט מיט אים השחתה און מעשה תועבה איז אזוי ווי ער נעמט א מעסער און הרג'עט דעם קינד פאר זיין גאנצע לעבן. וויפיל לעבנס וואלט מען געקענט ראטעווען ווען מען וואלט גערעדט צו די קינדער פאראויס?! נעם נישט אן גרינג וואס איך שרייב דיר; גלייב מיר אז מיר איז אסאך גרינגער נישט צו שרייבן דערפון, מיר איז אסאך גרינגער ארויס צו נעמען דעם גאנצן נושא, איך וויל פשוט ראטעווען דיינע קינדער, זיי זאלן נישט ווערן אומגליקליך פון שלעכטע מענטשן.


היינט וועט אם ירצה ה' פארקומען די וועכענטליכע שיעור; עס איז זייער וויכטיג דו זאלסט קומען צום שיעור יעדע וואך, ווייל אז מען האט א גוטע סביבה פון גוטע חברים וועט זיך אן קלעבן אין דיר אויך גוטס. ווען מען גייט אריין אין א געשעפט וואו מען פארקויפט גוטע שמעקעדיגע בשמים (פערפיום), אפילו מען קויפט נישט קיין בשמים, הייבט מען אן גוט צו שמעקן; אזוי אויך פארקערט, ווען א מענטש דרייט זיך אין א פלאץ וואו עס איז דא א שלעכטע גערוך, וועט ער אנהייבן צו שמעקן פון די נישט גוטע גערוך. דאס זעלבע איז ברוחניות, אפילו דו פאלסט וואו דו פאלסט, דו טוסט וואס דו טוסט, אבער אויב דו וועסט זיך דרייען מיט ערליכע חברים, דו וועסט קומען צו די שיעורים וואס מען לערנט אין היכל הקודש, וועסטו צום סוף ווערן אן ערליכער איד, ווייל עס איז לא ימלט עס זאל זיך נישט אנקלעבן עפעס גוטס אין דיר; אבער אז מען האט נישט קיין ערליכע חברים, מען הערט נישט קיין חיזוק, אפילו איינער וואס איז גוט און ערליך וועט צוביסלעך אפגעקילט ווערן.


נאכן שיעור לויף נישט גלייך אהיים, איך וויל דיר באגריסן וכו'; צו מאל קען אריבער גיין עטליכע חדשים וואס איך הער נישט פון דיר, אפילו דו קומסט צום שיעור און איך זע דיר ביים שיעור. איך וויל זיך אינטערעסירן ביי דיר צי אלעס איז אין ארדענונג וכו', אבער גלייך נאכן שיעור גייסטו אהיים, דעריבער וויל איך דיר בעטן דו זאלסט ווארטן נאכן שיעור איך זאל דיר קענען באגריסן, סך הכל וויל איך דיר נאר מחזק זיין און העלפן דו זאלסט האבן א גוט לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.