מכתב יומי

ב אייר תשע"ח

April 17 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער עיקר וואס דער רבי וויל פון אונז איז איין זאך: מיר זאלן זיך דערהאלטן מיט אלע אונזערע כוחות ווייטער אנצוגיין מיט תורה ותפילה און מיר זאלן נישט אויפגעבן ווען מיר זעהן אז עס גייט אריבער טעג און יארן וואס מיר פרובירן צו דינען דעם אייבערשטן, אבער מען קוקט זיך אן און מען זעט אז מען האלט נאך זייער ווייט פון א פינטעלע עבודת השם. דאס איז די גאנצע זאך וואס דער רבי וויל; דער רבי איז אונז מחזק, ער שטארקט אונז מיר זאלן נישט אויפגעבן ווען מיר זעהן ווי מיר האלטן אין איין אראפפאלן, נאר מיר זאלן ווייטער דינען דעם אייבערשטן און ווייטער אנגיין מיט תורה תפילה.


לאז דיר נישט צעברעכן פונעם שטן, פונעם יצר הרע; דער ס"מ האט זייער פיינט א מענטש און ער וויל אים אויסרייסן פון דער וועלט און פון יענער וועלט, דערפאר מאכט ער זיך בא'טעמ'ט פארן מענטש, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי ה, ד): דער שטן מאכט אויס קוקן ווי עבירות איז א גוטע זאך, אבער "וְאַחֲרִיתָהּ מָרָה כַלַּעֲנָה, חַדָּה כְּחֶרֶב פִּיּוֹת", דער סוף איז נישט גוט; דער סוף פון עבירות איז טויט, דער סוף פון שמוץ איז זייער ביטער.


אויב מען טוט תשובה און מען קומט צוריק צום אייבערשטן איז גוט, ווייל דער אייבערשטער ווארט דער מענטש זאל תשובה טון, ער ווארט דער מענטש זאל רעדן א ווארט צו אים; יעדע ווארט וואס מען איז זוכה צו רעדן צום אייבערשטן גייט ארויף זייער הויך און מאכט א רעש און א טומל אין אלע וועלטן, אפילו דער מענטש קוקט אויס ווי ער קוקט אויס, אויב דערהאלט מען זיך און מען שרייט צום אייבערשטן: "טאטע! ראטעווע מיר, טאטע, העלף מיר איך זאל נישט פארלירן ביידע וועלטן, טאטע, וואס זאל איך טון אז איך פאל אראפ אין עקעלדיגע מעשים; טאטע, וואס זאל איך טון אז מיינע אויגן זענען נישט ריין, איך קוק אויף שמוץ און איך טראכט שמוץ", דורך דעם איז מען זוכה ארויסצוגיין פון אלעם שלעכטס; דאס איז וואס דער רבי וויל פון אונז, מיר זאלן אנהייבן כסדר פון דאסניי, מיר זאלן זיך מחדש זיין און זיך באנייען יעדע רגע און יעדע מינוט.


נעכטן האבן מיר זוכה געווען צו עפענען א כולל: "כולל היכל הקודש", וואס איז נאך א רינגעלע אין אונזער הייליגע נעץ "מוסדות היכל הקודש"; איך דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז מיר האלטן שוין דא.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס מיר זענען אלץ אריבער במשך די יארן פון ווען מיר האבן געעפענט די ישיבה; ביטערע מחלוקת מבית ומחוץ, אלע האבן געשריגן אז דאס דארף מען אויסרייסן (היה לא תהיה), אבער געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האלטן שוין צען יאר זינט מיר האבן געעפענט די הייליגע ישיבה, 'הָעֲשִׂירִי יִהְיֶה קֹּדֶשׁ לַה'!" שוין צען יאר וואס מיר לערנען מיט קינדער און בחורים אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, צען יאר וואס מיר לעבן מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; נעכטן האט מיר דער אייבערשטער געגעבן א געשאנק פארן צענטן יאר אז מיר האבן געעפענט א כולל.


איך געדענק ווען די רבנים פון שטאט אין התאחדות הרבנים האבן זיך צוזאמגעזעצט דן צו זיין אויף מיר צי איך מעג האבן די ישיבה צי נישט, איז געווען זייער אנגעצויגן, עס האט ממש אויסגעקוקט ווי עס איז עק וועלט; מען איז ארום געלאפן צו רבנים זיי זאלן מיר העלפן (איך בין נישט געגאנגען צו קיינעם), האבן מיר אפאר חברים דערציילט אז זיי זענען געווען ביי א גרויסן רב, איינער פון די גרעסטע פוסקים בזמנינו, מען האט זיך געבעטן ביי אים ער זאל שרייבן א צעטל אז ער געבט אן הסכמה אויף די ישיבה, האט דער רב שליט"א געזאגט אז אויב איך וועל אונטער שרייבן אז איך לאז אפ ברסלב וועט ער מיר העלפן, ער וועט אנרופן "התאחדות הרבנים" זיי זאלן אפלאזן די ישיבה; זענען זיי געקומען צו מיר בעטן איך זאל דאס טון, איך האב אבער נישט געהאלטן ביים שרייבן אזא צעטל אפילו נאר לפנים.


למעשה האב איך דערציילט פאר מוהרא"ש וואס יענער רב האט געזאגט, האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "זאג פאר יענעם רב, אז דער רבי האט דיר שוין אפגע'מל'עט; דו ביסט שוין א ברסלב'ער און מען קען דיר שוין נישט אוועק נעמען פון רבי'ן. אזוי ווי די גוים זאגן פאר די אידן מישט אייך אויס מיט אונז, ווערט ווי אונז, דאס איז אבער נישט שייך ווייל א איד קען נישט ווערן אויס איד, א איד איז גע'מל'עט, א איד האט נישט קיין ערלה, מה שאין כן די גוים ווערן אנגערופן פארשטאפט, אזוי ווי עס שטייט (ירמיהו ט, כה): "כִּי כָל הַגּוֹיִם עֲרֵלִים", דאס זעלבע קענסטו שוין נישט אפלאזן דעם רבי'ן". דאס איז פאר מיר געווען זייער א שטארקע חיזוק אז מוהרא"ש זאגט מיר: "דער רבי האט דיר שוין אפגע'מל'עט".


למעשה האט דער אייבערשטער געהאלפן אז זיי זענען נישט ארויס געקומען אנטקעגן מיר, די ישיבה שטייט ווייטער און עס וועט שטיין ביז משיח וועט קומען, מיר וועלן קענען זאגן פאר משיח: "מיר האבן יעדן טאג געטון גוטע זאכן אז דו זאלסט קומען וואס שנעלער", און יעדער איינער וואס וועט עוסק זיין אין הפצה, ער וועט גיין פארשפרייטן דעם אייבערשטן און דעם רבינ'ס עצות פאר אידישע קינדער - יעדער איינער אויף זיין וועג, וועט אויך קענען זאגן פאר משיח: "מיר האבן א חלק אין דיין קומען".


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט האבן אמונה און דו זאלסט לעבן מיט אים, דו זאלסט לעבן מיט (תהילים טז, ח): "שִׁוִּיתִי ה' לְנֶגְדִּי תָמִיד"; אז א מענטש לעבט מיט אמונה אינעם אייבערשטן וועט ער נישט קוקן קיין שמוץ אפילו ווען ער איז אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, ער וועט זיך שעמען פונעם אייבערשטן ווייל ער ווייסט אז דער אייבערשטער איז מיט אים ביי אים און נעבן אים; ער וועט אכטונג געבן וואסערע טעלעפאון ער האט, נישט ווייל ער האט א משגיח אויפן קאפ, נאר ער וועט מורא האבן פון (שיר השירים ב, ט): "מַשְׁגִּיחַ מִן הַחֲלֹּנוֹת מֵצִיץ מִן הַחֲרַכִּים", דער אייבערשטער - וואס ער איז אונזער משגיח; ער זעט אלעס און הערט אלעס. דאס וואס מען זעט אים נישט, מען הערט אים נישט און מען שפירט אים נישט, דאס איז ווייל ווען א מענטש זינדיגט חס ושלום ווערן אים זיינע חושים פארוואלקנט, ער מאכט זיך א מסך המבדיל, אזוי ווי עס שטייט (ישעיהו נט, ב): "כִּי אִם עֲו‍ֹנֹתֵיכֶם הָיוּ מַבְדִּלִים בֵּינֵכֶם לְבֵין אֱלֹהֵיכֶם", ווען מען זינדיגט ווערט אזוי ווי א מחיצה צווישן דעם מענטש אינעם אייבערשטן.


מוהרא"ש האט דערציילט אז מען האט אמאל געהערט ווי דער הייליגער בעל התניא זאגט שיר השירים און ער זינגט זיך דעם פסוק (שיר השירים ב, ט): "הִנֵּה זֶה עוֹמֵד אַחַר כָּתְלֵנוּ", און ער טייטש דאס אויס אזוי: "הִנֵּה זֶה עוֹמֵד", אט איז דער אייבערשטער, ער שטייט דא; "אַחַר", דאס וואס מיר זעהן דא אפעס אנדערש, מיר זעהן נישט דעם אייבערשטן, דאס איז ווייל מיר האבן געזינדיגט און זיך געמאכט "כָּתְלֵנוּ" א וואנט; אבער אז מען טוט תשובה נעמט מען אראפ דעם וואנט און מען זעט אז אלעס איז דער אייבערשטער. דאס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, מען וועט זאגן (ישעיהו כה, ט): "הִנֵּה אֱלֹהֵינוּ זֶה קִוִּינוּ לוֹ וְיוֹשִׁיעֵנוּ, זֶה ה' קִוִּינוּ לוֹ, נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בִּישׁוּעָתוֹ".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.