מכתב יומי
ג אייר תשפ"ו
April 20 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת אחרי קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אז דו זיצט ביי מוהרא"ש ביים טיש, דו ביסט אין היכל הקודש - דארפסטו זיך טוישן די וועג ווי אזוי דו פירסט זיך, די וועג ווי אזוי דו רעדסט אין שטוב מיט דיין ווייב; א ברסלב'ער אינגערמאן רעדט נישט אזוי, א ברסלב'ער אינגערמאן רעדט איידל מיט דרך ארץ.
רעד שיין צו דיין ווייב, פיר זיך ערליך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים מט:), נאר אן ערליכער איד רעדט שיין, איז מפייס, בעט איבער וכו'; אן יראת שמים פירט מען זיך ווי א חי' רעה, מכה - מען טוט וויי, מען שטעכט, מען מאכט ווייטאג, מען מאכט וויינען השם ישמרינו.
וויפיל האט דער רבי אונז אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב; שלום בית איז ביים רבי'ן געווען א יסוד אין לעבן, רבי נתן זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "הִזְהִיר לְכַבֵּד וּלְיַקֵּר אֶת אִשְׁתּוֹ", דער רבי האט אונז זייער געווארענט מיר זאלן מכבד זיין און האלטן טייער די ווייב, ווייל די ווייבער ליידן אין לעבן זייער אסאך צער, זיי האבן גרויסע יסורים פון די קינדער, צער העיבור, צער הלידה און צער גידול בנים.
מוהרנ"ת דערציילט (שם, סימן רסג), איינער האט אים דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, האט דער רבי געזאגט אז דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.