מכתב יומי

ד אייר תשפ"ו

April 21 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שלאג נישט דיינע קינדער, דער רבי האט אונז געזאגט מען זאל נישט שלאגן קינדער, און אז דער רבי האט געזאגט נישט שלאגן - איז פערטיג, געענדיגט מיט שלאגן, קלאפ עס ארויס פון קאפ, נישטא קיין שלאגן.


מוהרנ"ת האט דערציילט פארן רבי'ן אז זיין זון האט נישט געוואלט אריינקומען שבת ביי די סעודה צום טיש זיצן נעבן א גאסט וואס ער האט אהיים געברענגט, ווייל עס איז געגאנגען פון אים א שלעכטע גערוך וכו', און ער האט אים געגעבן א פאטש אז ער זאל פאלגן און אריינקומען צו די סעודה, האט דער רבי געזאגט פאר רבי נתן: "א קינד שלאגט מען? אויך וויל איך דו זאלסט נישט אהיים ברענגען די סארט געסט".


אז מען לייגט צו קאפ, מען טראכט אריין זעט מען אז שלאגן איז נישט חינוך, עס איז נאר זיך אויסצובלאזן די נערווען, אזוי אויך שרייען און רעדן סארקאסטיש איז נישט חינוך, עס איז פארקערט פון חינוך, עס מאכט די קינדער זאלן נישט אויסהערן די עלטערן.


איך בעט דיר און איך ווארען דיך, שלאג נישט און שריי נישט און רעד נישט אויף א וועג פון טשעפען, און אז דו ביסט נערוועז - זאלסטו גיין אין א שטילע פלאץ זיך אויסבלאזן דיינע נערווען.


קומענדיגע וואך, פסח שני - וועלן מיר מסיים זיין מסכת מנחות און מיר הייבן אן מסכת חולין; הלואי זאלסטו זיך מיט כאפן מיט די סדר פון לערנען יעדן טאג גמרא. הייב אן היינט מנחות דף ק, לערן יעדן טאג א בלאט, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין; וועט דאס דיך בארואיגן, דו וועסט מער נישט שרייען, שלאגן, פליקן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.